באַניצער רעדן:67.107.109.102

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


פארוואס מעקסטו די הויפט נייעס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אז עס געפעלט אייך נישט זאג קודם וואס סאיז ראנג דערמיט?--Issak 17:23, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

פארוואס האסטו אראפגענומען די היסטאריע פאקטן פון עמרם כהן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איז עס נישט אמת? אויך זעה איך דער בילד האסטו אראפגענומען פארוואס?


געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.

וויקיפעדיע איז נישט דאס ארט פאר דעם. אפילו ס'איז אמת. איך האב מיט עמרם כהן א גרויסן ניקס. אבער פארוואס זאל באלד א צווייטער מאכן א הויפט נייעס אז מאיר הירש איז א שייגעץ און א שחצן. איז דאס וואס מיר ווילן האבן אין וויקפידיע. אינעם ענגלישן וויקי זעה איך נישט אז די דעמאקראטן זאלן שמייסן בוש'ן אדער פארקערט.

מיין טובה איז צו נארמאליזירן עס, להוציא: נישט פאליטיזירן. פון וועם וועסטו נאר אנווערן. (ביטע אונטערשרייבן)

אויב איז אמת אז מאיר הירש האט עפעס געטאן וואס איז שייך צו פארלייקענען? דא קומט נישט אריין קיין תירוץ פון פאליטיזירן. אז בוש טוט עפעס א טעות אין פאליטיק און אז מען דאקומענטירט דאס הייסט דאס נישט פאליטיק דאס הייסט אמת'ע פאקטן. מיטן אבי מעקן טוסטו גארנישט נארמאליזירן, אויב ווילסטו נארמאליזירן דעם וויקיפעדיע, זיי מסביר ביידע צדדים פארוואס און וויאזוי די דאזיגע פאקטן זענען נישט אזוי גלאטיג, נישט סתם געב א מעק אפ און געגאנגען. שטעל דיך פאר יעדער ליובאוויטשער, זאלי ארוני און בעלזאר מעקט אפ ווייל אים שטערט עפעס אין פאליטיק. דאס איז נישט טעלארירבאר, און מ'ווערט א פאלנער וואנדאל דערמיט.--יודל 17:45, 16 מאַרץ 2006 (UTC)


איז בין נישט קיין וואנדאל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויב ווילסטו אנקומען צו 10 טויזענט ארטיקלען. האלט עס פראפעסיאנעל. העכער אלע מאטיוואציעס. לאז עס נישט אריינשלעפן ווי עס וועט ווערן כל העולם כולו.

דער חילוק פון וויקיפעדיע צו הייד פארק וועט נישט זיין אז דא וועט מען לאזן אויסמעקן אלעס וואס האט מיט פאליטיק, פאליטיק איז א פאקט, אויב פרעזידענט בוש טוט עפעס איז נישט שייך אויסצומעקן, הייד פארק איז א פריוואטער פלאץ וואס נאר איין מענטש קאנטראלירט, דא ביסטו פונקט אזוי בעל הבית ווי דער אנדערער, פארשטייט זיך ווילאנג דו מעקסט נישט אויס אמת'ע פאקטן. דערווייל האסטו מיר נאך נישט גענטפערט פארוואס איז אמת'ע פאליטיק נישט קיין פאקטן וואס דארפן פארציילט ווערן?--יודל 17:54, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

טראכסט אז ס'האט מיט אמת?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער וואס האט עס ארויפגעשטעלט מיינט נישט וויקי'ס טובה. ער מיינט זיין רייץ אויסצושמייסן יענעם. לאז עס נישט פאסירן. פוצן קען מען א נייעס וואס איז נישט אזוי גוט אדער אקוראט געשריבן. נישט פונעם נאטור א פאלשע און געצילט צו גיסן שמוץ. געדענק! דאס וועט באגראבן וויקי. און איך רעד פון ביידע זייטן גלייך.

דו ביסט מנהל! קענסט עס לאזן און אפילו אויסברייטערן און צולייגן נאך פון דעם חומר. אבער די נאכווייען וועלן נישט שפעטיגן פון קומען. --67.107.109.102 17:59, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

אויב דאס איז פאלטש קענסטו און זאלסט דאס מעקן, אויב איז דאס אמת, נאר דער שרייבער האט געהאט א ציל דערביי נישט קיין אמת'ע קענסטו דאך עס פארעכטן. איך אלס מנהל האב נישט קיין טראפ מער כוח פון דיר אלס באנוצער, מיין איינציגער תפקיד און כוח איז צו ארויסווארפן איינער וואס מעקט אמת. אלע אנדערע זאכן ביסטו פונקט אזוי אויפגעפאדערט צו אינפארסירן ווי מיר. נאכאמאל אויב איז דאס ליגענט מעק. אויב איז דאס אמת און דו מעקסט ביסטו א וואנדאל. נישט קיין חילוק פארוואס יענער האט דאס געשריבן--יודל 18:04, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

מ'קען מאכן א פּאול צו מזאל איינפירן דיין פארשלאג, לכוארה האסטו דאך א זאכליכע טענה, אז דאס ערלויבן צו דאקומענטירן שמוץ פון פאליטיק דינט ווי א כלי פאר די פארמישטע אינטערעסן צו גיסן שמוץ איינער אויפן אנדערן און אינזער וויקי ווערט פארשמירט און עקלדיג ווי א פאשקעוויל, אפילו עס איז אמת. האלסטו טאקע דערביי אז מען דארף טאקע אויסקלינען אלעס וואס האט מיט פאליטיק? אויב יא האלט איך מ'זאל דאס ארויפשטעלן אין וואלן בלאט פאר אן אפשטימונג.--יודל 18:22, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

פאליטיק פרייע וויקי, דער שליסל צו סוקסעס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויב איז די פאליטיק א גרויסע נייעס און ווערט באריכטעט אין די מידיא, דארף עס יא באשריבן ווערן. אבער סתם אזוי פאליטישע געמויזעכץ, וועט ענדגילטיג שחט'ן אונזער וויקי. דאס איז לגבי נייעס און לגבי ארטיקלען. מ'קען שרייבן פון יעדן און אלעמען, אבער אן א פערזענליכע פאליטישע "פלעיוואר", מאטיוויזירט פון א פערזענליכע האס צום באטראפענעם. (ביטע אינטערשרייבן)

נאכאמאל חזרסטו איבער אן ענטעפרן אויף די זייער קלארע גיידליינס וואס די מיליאנען וויקיפעדיע באנוצער אין די איבער צוויי הונדערט שפראכן ווייסן פאר א פשטות. עס איז נישט פארהאן אזא סארט ביטול "פאליטישע געמוזיאכץ" עס איז אדער יא אמת אדער נישט אמת.

וויקיפעדיע רעכנט זיך נישט און גייט נישט אן קיין מאטיוויציעס, פערסענעל פלעיוואר, און האס, דאס אלעס קען יעדער פארעכטן דורך ארויסנעמען די בייסיגע אדער ליבליכע טיטלון און זייטיגע ווערטער, סתם מעקן גאנצעטע שטיקער ווייל דער סטיל איז נישט נייטראל, איז פלעין און סימפל פוילע וואנדאליזם.

איצט האסט א טענה אז פאליטיק וואס איז נישט אין די מידיע איז נישט אמת קענסטו דאך דאס מעקן. דאס אז עס איז נישט אין די מידיע, מיינט פשוט אז די מידיע ביי אונז איז קאנטראלט פון צוויי אידן, איינער הייסט שמואל ווידער דער רעדאקטאר פון בלאט און איינער איז משה יודל דייטש פון דער איד. קיינער האלט דאך נישט אז וויבאלד זיי שרייבן עפעס נישט טאר מען דאס נישט שרייבן אויפן וויקיפעדיע, זיי לעבן דאך מיטן צענזור ערגער פון רוסלאנד.

אויב האלטסטו אז פאליטיק פארטרייבט נארמאלע באזעסענע מענטשן פון נוצן וויקיפעדיע ווייל זיי עקלען זיך פון אזאלכע חברה. ברענג דאס ארויס אין דעם וואלן בלאט און מ'וועט מאכן א וואוט צו מ'זאל אנעמען דיין סברה.--יודל 18:42, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

א גרויסן דאנק פאר'ן זיך מיטטיילן אין דער יידישער וויקיפעדיע. די חברים דא וועלן זיך פרייען אויב איר וועט זיך איינשרייבן געהעריג און זיך מאכן א באנוצער נאמען. צוליב דעם וואס עס וועט אייך זיין לייכטער צו שרייבן און אויסארבעטן ארטיקלען, און וועט פארבעסערן די צוזאמענארבעט פון דער יידישער וויקיפעדיע.

מיט פיל דאנק.


דאָס איז א רעדן בלאַט פון א אַן אַנאנימען באַניצער וואָס האט נאך נישט געשאַפֿן קיין קאנטע, אדער באניצט זיך נישט דערמיט. דערוועגן, מוזן מיר זיך באניצן מיט זיין IP אדרעס כדי אים צו אידענטיפיצירן. עס קען זיין אז עטלעכע אנדערע ניצן אויך דעם IP אדרעס. אויב זענט איר אן אנאנימער באַניצער וואס שפירט אז איר האט באקומען מעלדונגען וואס זענען נישט שייך צו אייך, ביטע שאַפֿט א קאנטע אדער טוט זיך אריינלאגירן כדי צו פארמיידן דאס אין די עתיד זיך פארמישן מיט אנדערע אַנאנימע באַניצערס.