באַניצער רעדן:זרח

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


איך האב אראפגענומען די שטרייכונגען פון די לינקס אין אטאם[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווייל ס'איז בלויז לינקס און עס פעלט נישט אויס זיי אנשטרייכן. א דאנק ►רוני◄ 09:21, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך טראכט אז עס איז מער ווי בלויז לינקס זיי זענען די הויפט פאקטארן אין דעם אטאם, און פארלאנגן די אויפזיכט פונעם ליינער דאס ערשטע מאל וואס זיי ווערן געשריבן אין בלאט.--זרח 09:25, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]
ביז יעצט אין אנדערע ארטיקלען האט מען דאס נישט געטון, איך מיין אז דו שטעלסט פאר א נייעם געדאנק, קענסט שטעלן ביי די וואלן דאס געדאנק אז נייע לינקן אין דער ארטיקל זאל מען אנשטרייכן. א דאנק ►רוני◄ 09:27, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

נישט נייע לינקן. נייע הויפט באגריפן דערמאנט דאס ערשטע מאל אין אן ארטיקל ברויכט זיך צו שטיין דיק כדי צו ווארענען דעם ליינער ער זאל זיך באקענען מיט דעם ווייל דאס איז א הויפט פאקטאר אין דעם ארטיקל. איך קוק אבער אריין אין די לינקס פון אטאם צו היברו און ענגליש זעה איך אז דו ביזט גערעכט כאטשיג איך פארשטיי אנדערשט אז דאס איז א כלל אין גראמאטיק, סהאט גארנישט מיט מיר. יעדער איינער שרייבט אזוי, זעהט אבער אויס אז פארן דעזיין פון וויקיפעדיע איז דאס א שטער.--זרח 09:30, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב געקוקט אין די פרעמדע שפראכן, און איך זעה נישט זאלן זי אנשטרייכן לינקס אין דער ארטיקל. יעדנס-פאל, דו ביסט דער שרייבער, און קענסט מחליט זיין וואס דו ווילסט. איך האב דיר נאר געוואלט אויפמערקן אלץ א נייער באנוצער אין דער וויקיפעדיע. איך וועל גערן צוריק שטעלן דיינע שטרייכונגען. ►רוני◄ 09:34, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

לאז. וויבאלד אין וויקיפעדיע האט מען אזוי אפגעמאכט איז מסתם פארהאן אינטער דעם א סיבה.--זרח 09:37, 24 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו ביסט א וואנדאל![רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.

באנוצער:אלזוז געבט אן א גענויע סיבה פארן נישט שרייבן אויף געמיינדע קיין זאכן וואס האט בלעטער פאר זיך, וואס אין דעם איז אריינגערעכנט שרייבן טענות אויף פריוואטע באנוצער וואס דאס באלאנגט אין יענעמס רעדן בלאט, און דו לייגסט צוגרונד זיין הארעוואניע דורכן צוריקברענגען אלטע שטותים.--אלזוז 01:22, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

מעקן איז וואנדאליזם צוריק שטעלן איז נישט. אין געמיינדע בלאט קומט אלעס וואס האט צוטאן מיט וויקיפ0עדיע דו ביסט א שטער דא 0פאר ווקייפעדיע על כל פנים אין מיין ארימע אפגעריסענע מיינונג האב איך א רעכט צו דאקומענטירן אלע דיינע צרות וואס דו האטסט אונז שוין אויסגעטיילט זינט דו ביסט דא איינגעשריבן. איך האב דיר געפארעט דאס אריבער פירן אין דיין רעדן בלאט אויב דו ביסט דיך מחייב דאס נישט צו מעקן. דערווייל ווילסטו נישט דאן מעקן זאלסטו נישט וואגן ווייל דיינע ציינע וועלן דיר אוריספאלן פון אזויפיל שפייען--זרח 01:24, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
שוין ער ברעכט שוין ווייטער, שעפעלע יעצט שפירסטו זיך שוין בעסער?. וויקעפעדיע איז נישט קיין רשות היחיד טאטעלע, דא טוט מען נישט וואס מען וויל!. עס האט פאליסיס, און די געמיינדע איז נישט געאייגנט פאר ספעציפישע ענינים וואס האבן פאר זיך בלעטער. אויב געפעלט דיר נישט גיי בראש דיין באבעס פאלשע ציין--אלזוז 01:27, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דו ביסט דער וואס מעקט איך שטעל נאר צוריק. דו ווילסט טוישן פאליסיס לויט דיין געשמאק קענסטו אבער זאלסט דיך קודם דורכרעדן מיט אנדערע.--זרח 01:29, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
טוישן פאליסיס? ווער טוישט. איך מיין דו ברעינוואשט זיך אליינס פאר גארנישט און פאר נישט. לייג זיך אריין אין בעט און שטיי אויף מארגן מיט א התחדשות צו עבודת הבורא. איך וועל פארסירן די פאליסיס פון וויקעפעדיע ווילאנג דו וועסט דאס פארשטיין. אקעי צדיקל?--אלזוז 01:32, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דו טוישט פאליסיס אז וויקי נייעס איז נישט באגלייבט איך האב דיר שוין געוויזן לינקס אז מיר האבן א פאליסי דערווייל אז וויקינייעס איז יא באגלייבט. דו ווילסט מעקן? טויש פאליסי קודם און נאכדעם קענסטו מעקן.--זרח 01:33, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך האב דיר געזאגט ליין וועסטו זעהן: אז מען האט דא געברענגט נייעס אן קיין מקור האט מען געמאכט א נייער תקנה אז פון היינט מאל אן אלע נייעס וואס געשענט אין וויליאמסבורג אדער באנוצער ווייסן דערפון ווייל זיי זענען אליינס דארטן געווען, וועט מען מוזן קודם שרייבן אין וויקינייעס און דערנאך וועט עס הייסן אז עס איז געווען אין א מקור. ווילסט דאס טוישן מסכים אבער רעדט דיך דורך נישט קום ווי א גבר אלים ארויפצווינגן דורך מעקן און מעקן און מעקן. ווייל צוריקדרייען קען יעדער קינד און איך וועל דיך נאר לאזן מעקן נאכדעם וואס דו וועסט קומען אין געמיינדע בלאט געהעריג זיך דורכשמועסן.--זרח 02:21, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דאס אז דו לייקענסט וואלט איך מיך נאך געקענט פועלן צו זיין שטיל ביי דיין מעקן, אבער ווען דו מעקסט אויף א זאך וואס מיר האבן קלאר אנגענומען א האלבער יאר צוריק אז דאס גענוג גילטיג אויף די נייעס בלאט דארפסטו נישט מעקן. פון מיינעט וועגן וואלט איך געזאגט אז בחדרי חרדים איז אויך נישט נאמן, אבער די פראבלעם איז אז מיר בלייבן אן חרדישע נייעס. דאס אז מען האט צוגעמאכט אזא פאפולערן זאל ווי ווייט פאראדייס איז א גוט שטיקל נייעס וואס אלע וויליאמסבורגע איינוואונער זענען רעשיג דערמיט. און אז דו מעקסט דאס אן לייקענען וווייסט מען דאך וואס דו ווילסט.--זרח 01:45, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
וויקינייעס וואס דו שרייבסט דארט און דא מוז האבן א מקור, די פאליסי איז געווען ביז יעצט אז קיין הייד פארק נייעס איז נישט באגלייבט חוץ בחדרי חרדים, היינט לכבוד דעם וואס דו האסט געברענגט פון וויקינייעס האסטו צוגעשריבן צום פאליסי אז אויך וויקיניעס איז באגלייבט. איך פארשטיי אז עס איז דיר געשמאק אז דיינע שטותים זאלן זיין באגלייבט. אבער מען קען נישט דא טוישן פאליסי ווייל עס איז געשמאקער אזוי. דו דארפסט האבן די צושטימונג פון יעדעם איינעם דא! יעצט גיי זאג תיקון ליל שבועות--אלזוז 01:36, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מיר האבן דאס שוין באשטימט איבער א האלבער יאר [1] פאר דו האסט אנגעהויבן דא צושרייבן. ווילסט דאס מבטל זיין מעגסט אבער קודם רעדט דיך דורך נישט מעק ווי ביי דיר אין וויין גארטן.
איך זעה דארט גארנישט אחוץ אז דאן האט וויקינייעס איבערגענומען די נייעס וואס ווערט דא געשריבן אינעם הויפט בלעטל. עס זאגט נישט אז די נייעס דארט איז יא באגלייבט. יעדע נייעס אן א מקור איז גארנישט ווערד. פארשטאנתא? איך הער נישט!--אלזוז 01:42, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

נו? איך הער נישט! וואו זעסטו די פאליסי אז וויקינייעס איז באגלייבט?--אלזוז 01:49, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

שרייב פאליסי, אבער פאר דו טוישט אנגענומענע פאליסי מיטן שרייבן לאז אן אנדערן'ס דעה אויך געהערט ווערן, דערנאך קענסטו מעקן.--זרח 01:52, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך זאג דיר נאכאמאל, עס איז נישט קיין פאליסי קיינמאל געווען אזוי, די פאליסי איז געווען אז הייד פארק איז נישט באגלייבט חוץ בחדרי חרדים, אזוי איז געשטאנען ביז יעצט. קומסטו אויף אז וויקינייעס איז אויך באגלייבט. א שיינע מעשה. וועסט שרייבן אויף וויקינייעס וואס דו ווילסט און עס אהערברענגען ווייל וויקינייעס איז באגלייבט. די פאליסי איז געווען בלויז אויף בחדרי חרדים, און דו לייגסט צו פרישע כדי צו קענען באקן נייעס אויף הייד פארק און עס אהערשיבען--אלזוז 01:54, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך האב דיר שוין געוויזן 2 לינקס וואס ווייזן אז וויקינייעס איז גווען א גוטער אנגענומענער מקור. איצט אז דו האסט טענות, מיינט נישט אז דאס איז נישט קיין גוטע, אבער בעפאר דו קומסט דיך דורך געהעריג, אין געמיינדע בלאט דאס צו פארבאטן מעקן נישט ווייל דא איז נישט דיין אייגן בית הכסא.--זרח 01:57, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ווייז מיר איין לינק נישט צוויי, איך האב נאכנישט געזען קיין איין לינק וואס נעמט דאס אן אלס א פאליסי. די גרעסטע ראיה אז עס איז נישט געווען קיין אנגענומענע פאליסי ביז יעצט, איז אז עס איז קיינמאל נישט געשטאנען אין די נייעס שרייבן בלעטל צווישן די תקנות--אלזוז 01:59, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דאס אז איינער האט אמאל געמעקט א ווארט מיינט נאך נישט אז עס נשיט פאליסי, איך האב דאס אראפגעברענגט געהעריג לינקס דיר צו ווייזן אז מען האט דאס דאנמאלטס איינגעפירט אלס א נארמאלער מקור פאר נייעס און קיינער האט נישט מוחה געווען אדער זיך געטענהט, ווילסט דאס טוישן מסכים, אבער קודם קום אריין אין געמיינדע ווי איך האב אנגעהויבן א שמועס געהעריג זיך דורך רעדן, נישט מעקן ווי א גבר אלים, ווייל דו וועסט נישט אויספירן.--זרח 02:02, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דו ווילסט איינפירן א פאליסי מיטן אויסרייד אז עס איז שוין אלט, ברענג א מקור, נישט סתם קום מיט פשעטלעך אז עס איז געווען און מען האט דאס אויסגעמעקט. איך ווארן דיך! פיר נישט דא איין קיין נייע פאליסיס אן פרעגן קיינעם. ברענג א לינק אז עס איז געווען א אזא פאליסי דאן וועסטו זיין באגלייבט--אלזוז 02:04, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך האב דיר קלאר געברענגט לינקס וואס זאגן אז פון היינט מאל אן פאר אלע נייעס וואס האבן נישט קיין געהעריגן מקור וועט מען מוזן לייגן אין וויקינייעס און דאס איז אנערקענט פון וויקיפעדיע אלס גוטע נייעס.--זרח 02:06, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ברענג מיר א לינק אז וויקינייעס נייעס דארף נישט קיין מקור, און עס איז גוט אהערצוברענגען אין וויקעפעדיע ווען די ערשטע מקור איז דארט. מאך נישט קיין פשעטלעך ווי דיין ווייב'ס בר מצוה בחור--אלזוז 02:08, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
עס איז שוין גארנישט קיין פשעטליך, עס איז זייער קלאר דארטן אין די לינקס וואס איך האב דיר אויבן אנגעוויזן, דא האט זיך געמאכט אז מען האט געלייגט נייעס אן קיין מקור אין וויקיפעדיע, האט מען געמאכט א סוף דערצו מיטן זאגן אז אלע נייעס אן קיין מקור מוזן קודם געלייגט ווערן אויף וויקינייעס. און וויבאלד דאס וועט האבן די זעלבע געזעצן פון וויקיפעדיע וועט דאס זיין באגלייבט.--זרח 02:10, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
עס איז א סלאבודקע כאפ וואס קיינער חוץ דו פארשטייט נישט, מען לייגט א נייעס דארט ווערט עס געפילטערט, עס ווערט באגלייבט. אוי, גיי רוה זיך אויס ווייל דו רעדסט פון היץ, דו מאכסט אונז אלע זיך האלטן ביי די זייטן און שמייכלן--אלזוז 02:12, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אוקיי ענדליך רעדסטו לענין. אבער נישט מעקן קודם. אין בחדרי חרדים ווערט יא באגלייבט די רגע מ'לייגט דאס אהין? ניין! נארוואס מיר מוזן שטרעבן צו האבן א יידישער פלאץ ווי צו לייגן נייעס פון עולם, און נישט נעמען חלילה קיין נייעס פון סייטס וואס געהערן פאר פארטייען, ווי חדשות אנש און די אנדערע. מיינט נאך נישט אז עס איז אטאמאטיק אמת ויציב אבער מיר מוזן שטרעבן פאר פרייען נייעס אן קיין צענזור.--זרח 02:15, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דיין קאמפלימענט וועט מיך נישט מאכן אויפגעבן אז עס איז קיינמאל קיין פאליסי נישט געווען אז וויקנייעס איז גוט. דו קענסט יעצט אויפקומען מיט ריזיגע בנינים גג על גג, נאו פראבלעם מעגסט מאכן א נייע פאליסי אויב יעדער איז מסכים. אבער נישט דריי צוריק און שרייב שטותים ווייל דו ווילסט אזוי. נאכמאל, ווייז מיר א לינק אז וויקינייעס נייעס דארף נישט קיין מקור, און עס איז גוט אהערצוברענגען אין וויקעפעדיע ווען די ערשטע מקור איז דארט. פארוואס ברענגסטו מיר נישט אזא לינק? ווילאנג דארף איך שטיין און וויינען צו דיר?--אלזוז 02:18, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך האב דיר געזאגט ליין וועסטו זעהן: אז מען האט דא געברענגט נייעס אן קיין מקור האט מען געמאכט א נייער תקנה אז פון היינט מאל אן אלע נייעס וואס געשענט אין וויליאמסבורג אדער באנוצער ווייסן דערפון ווייל זיי זענען אליינס דארטן געווען, וועט מען מוזן קודם שרייבן אין וויקינייעס און דערנאך וועט עס הייסן אז עס איז געווען אין א מקור. ווילסט דאס טוישן מסכים אבער רעדט דיך דורך נישט קום ווי א גבר אלים ארויפצווינגן דורך מעקן און מעקן און מעקן. ווייל צוריקדרייען קען יעדער קינד און איך וועל דיך נאר לאזן מעקן נאכדעם וואס דו וועסט קומען אין געמיינדע בלאט געהעריג זיך דורכשמועסן.--זרח 02:22, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
העלאו? דו הערסט מיך??? קענסט מיר ברענגן א לינק אז וויקינייעס נייעס דארף נישט קיין מקור, און עס איז גוט אהערצוברענגען אין וויקעפעדיע ווען די ערשטע מקור איז דארט? יא אדער ניין? ח'מיין מעגסט רחמנות האבן אויף מיר, איך דארף מיך בעטן ווי אן אכזר? ברענג מיר א לינק! געוואלד!!! דער מענטש הערט נישט!--אלזוז 02:25, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
יא איך האב דיך גענטפערט שוין צען מאל זאלסט טשעקן די אויבערשטער לינק.--זרח 02:27, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וועלכע? ברענג עס דא אלס אן ענטפער אויף די קשיא וואס איך פרעג דיר שוין פופציג מאל, קענסט מיר ברענגן א לינק אז וויקינייעס נייעס דארף נישט קיין מקור, און עס איז גוט אהערצוברענגען אין וויקעפעדיע ווען די ערשטע מקור איז דארט? ברענג מיר דא די לינק! בפני קהל עם ועדה!--אלזוז 02:28, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אויב איך פארשטיי גוט, ווילסטו איך איך זאל זיך גיין שלאגן מיט ליבאוויטש, גלייב מיר, איך בין מיד און אויסגעמיטשעט, איך פארטראג בכלל נישט קיין געשלעג, עס האט מיר לאנג געדוריט צו כאפן וואס יענער ליבאוויטשער וויל פון מיר בכלל, ביז איך האב זיך דערמאנט, אויב דו האסט כח זיך צו שלאגן, טו עס דו בכבוד גדול, בברכת כוח"ט --יעקב 19:09, 25 סעפטעמבער 2006 (UTC)