לדלג לתוכן

באַניצער:ToniToy/חוה ראזענפארב

פֿון װיקיפּעדיע

חוה ראזענפארב (9. פעברואר 1923 אין לאדזש, פוילן - 30. יאנואר 2011 אין לעטברידזש, קאנאדע) איז געווען א יידיש-מחברטע. זי איז איינע פון די וויכטיקסטע נאך-מלחומהדיקע שרייבערס וואס האבן געשריבן אויף יידיש. ס'רוב פון איר ליטעראטור גייט ווגען חורבן וואס זי האט אליין איבערגעלעבט.

חוה ראסנפארב איז געבוירען געווארן 1923 אין לאדזש. איר טאטע האט געהייסן אברהם ראזענפארב און איז געווען א קעלנער. איר מאמע האט געהייסן סימה. זי האט געהאט א יינגערע שוועסטר. איר טאטע-מאמע זיינען געווען בונדיסטן, אז צוליב דעם איז זי געגאנגען אין א בונדיסטישע שול וואס איז אין גאנצן געווען אויף יידיש.

מיטן אנהייב פון דער צווייטער-וועלטמחלמה איז זי צוסאמען מיט איר משפחה אריין אין געטא פון לאדזש. דארטן האט זי אנגעהויבן צו שרייבן פאעסיע און האט זיך באקענט מיט אנדערע מחברים פון געטא. 1944 במשך פון דער ליקווידירונג פון געטא איז זי און איר משפחה דעפארטירט געווראן קיין אוישוויץ. מע האט זי, איר שוועסטער און איר מאמען נישט אויסגעקליבן פארן טויט, נאר געשיקט קיין דייטשלאנד כדי צו פארריכטן הייסער וואס זיינען קאליע געווראן צוליב באמבאדירונגן. דעמאלט איז זי ממשיך געווען אויף שרייבן פאעסיע. זי האט איבערגעלעבט די מלחומה צוסזאמען מיט איר מאמע און שוועסטער. איר טאטע איז ניפטר געווארן במשך די לעטצטע טעג פון דער מלחומה.

. נאך זייער באפרייונג זיינען זיי געפארן קיין בעלגיע ווו זי האט חתנה געהאט מיט הענרי מארגענטאלער וואס איז אויכעט געווען א שארות-הפליתה. 1950 זיינען זיי געפארן קיין קאנאדע ווו זיי האבן זיך באסעאצט אין מאנטרעאל. סרוב פון איר ווערק האט זי געשריבן דארטן. 1956 זיינען געבוירען געוואר איר טאכטער גאלדי און איר זון אברהם. 1977 האט זי זיך געגעט פון איר חתן. 1977 האט זי זיך יבערגעצויגן קיין טאראנטא און סוף-כל-סוף האט זי זיך באסעצט אין לעטברידזש. דארטן איז זי 2011 פארשטארבן.

זי זי איז מקבל געווען א סך ליטערארישע פרעמיעס. למשל דעם איציק מאנגער פרעמיע און דעם קאנאדישן יידישן ביכער אווארד. 2006 האט זי באקומען אן אויסערגעוויינלעכן דיפלאם פון דער אוניווערסיטעט לעטברידזש.

אין אנהייב פון איר ליטערערישן קאריערע האט זי געהאט א גרויסן יידיש-רעדנדיקן עולם. נאר ווי דער עולם וואס האט גערעט יידיש איז געווארן אלץ קליינער און קליינער האט מע געדארפט איבערסעצן איר ווערק אויף אנדערע לשונות.

  • די באלאדע פון נעכטיקן וואלד (לאנדאן 1947)
  • דאס ליד פון דעם יידישן קעלנער אברהם (לאנדאן 1948)
  • געטא און אנדערע לידער  (מאנטרעאל 1950)
  • ארויס פון גן-עדן (תל-אביב 1965)
  • דער פויגל פון געטא (1958)
  • דער בוים פון לעבן (תל-אביב 1972)
  • בריוו צו אבראשן (תל-אביב 1992)
  • Survivors: Seven Short Stories (טאראנטא 2004)