באַניצער:משגיח/זאמטקאסטן2
אויב ווילט איר טוישן די נאמען פון א ארטיקעל דארפט איר דאס אויפברענגען אין די שמועס בלאט פון יענעם ארטיקעל. און מאכען וואלן.
כדי צו קענען טוישן דעם קעפל מוז זיין דריי באנוצער וועלעכע ווילן טוישן קעגן דעם ווילן פון דעם מחבר, דאס וועט ווערן גערעכענט אזוי.
די ערשטע שטימע איז פון דעם מחבר, די פאקט אז דער מחבר האט אויסדערוועלט דעם נאמען גיבט שוין דעם ערשטע שטימע נישט צו טוישן, (דאס איז א אוטומאטישע שטימע), דאן ברויכן דריי באנוצער שטימען יא צו טוישן. אויב וועלן מערערע באנוצער נעמען א חלק אין די וואלן דאן פאלט דאס פון 3 קעגן 1 צו 2 קעגן 1 לדוגמא. אויב קומט נאך א באנוצער צום הילף פון מחבר ד.מ. אז עס איז דא 2 וואס ווילן נישט טוישן איז גענוג אז 4 ווילן יא טוישן.
אויב דער מחבר איז נישט געווען אקטיוו אין די לעצטע חודש, דאס הייסט אז ער האט נישט געמאכט קיין עדיטס אויף קיין שום זייט, דאן איז גענוג אויב 2 באנוצער ווילן א טויש, ווייל די אוטאמאטישע שטימע פון דעם מחבר פאלט אוועק.
וואלן מוזן זיין אקטיוו לכל הפחות 3 טעג.
די וואס וועלן עובר זיין אויף די תקנה 2 מאל א וואך קענען ווערן בלאקירט אפילו נאר מיט איין ווארענונג.
די וואס וועלן עובר זיין אויף די תקנה 3 מאל אין די זעלבע וואך קענען ווערן ארויסבלאקירט אפילו אן א ווארענונג.
די שטראף פון ווערן בלאקירט איז לכל הפחות אויף א וואך, עס קען אויך זיין אויף מער אויב די סיסאפען שפירן דאס פאר וויכטיג.