אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ אויפֿגעריכט פון באַנוצער עפשטיין צוריק צום לעצטע ווערסיע פון באַנוצער שמאלץ
שורה 44: שורה 44:
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' [[יואל טייטלבוים]]. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי [[שבתי צבי]] און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' [[יואל טייטלבוים]]. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי [[שבתי צבי]] און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.


==פרשת וויינבערגער==
די וויינבערגער סקאנדאל האט געהאט פון אנפאנג אן מער צוטאן מיט זיין רעביצען סאשע און די סקול פרניסיפל איינער מיטן נאמען זילבערשטיין וואס האבן עדות געזאגט אין קארט אז א טאטע זאל האבן [[סעקס]]ואל [[באלעסטיגט]] און גע[[רעיפ]]ט זיינע אייגענע מיידליך למעשה האט דער פאטער געלייקענט און איז ארויס אויף די פריי.


אין יענע צייט האט דאס גאנצער וועלט גערודערט קעגן ר' אהרן טייטלבוים, אבער די ארונים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר' אהרן זיך אריינמישן און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר' [[חיים שלמה פישער]] איז דאך זיין נאנטסעטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן. אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע וויינבערגער משפחה קעגן ר' אהרן אחוץ ער די גבאי פישר וואס באקומט געצאלט.

עס זענען דא וואס ווילן פארענטפערן אז אהרן טייטלבוים האט גארנישט געוויסט אין אנפאנג פרשה און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות וואס די פרינספל און אירע איינגעשטעלטע זענען געווען בראש פונעם בלבול ווייל זיי זענען דאך געווארן אינוואלווד לכתחילה אויפן פארלאנג פון די משפחה.

די איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס זענען געווען די גרעסטע חסידים פון דעם אהרן טייטלבוים ביז די פרשה און זענען געגאנגן צו אלע זיינע טישן אינקלודינג געשלאגן און אנגעשריגן ווער עס האט זיך דערוואגט צו רעדן קעגן אהרן טייטלבוים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג דאס האט פארשעמט די מפשחה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורת אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל.

די ענדע איז דאס ברוך ה' אויפגעוויזן געווארן אלס א פארטייאישער בלבול און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די פארטיי האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן אבער דער אהרן טייטלבוים איז געבליבן פארשמוצט לדורן עולם.


==די מחלוקה איבער די אדמור"ת==
==די מחלוקה איבער די אדמור"ת==

רעוויזיע ביי 04:30, 17 אַפּריל 2007

צוליב לעצטיגע וואַנדאַליזם איז דער אַרטיקל אַצינד צייטווייליג פֿאַרשלאָסן פֿאַר נישט אײַנגעשריבענע, אָדער נײַע באַניצער. איר קענט דערווײַל אויסאַרבעטן דעם אַרטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און אַנדערע איינגעשריבענע באַניצער וועלן דאָס אַקטואַליזירן. אדער טוט אייך שוין איינשרייבן און ווארט 4 טאג.


ר' אהרן טייטלבוים נאכן שבעה אויפשטעלן נאך זיין טאטע אין זיין הויז אין ווילאמסבורג. דאס ערשטע מאל מיט די ווייסע זאקן און זילבערנעם שטעקן.

ר' אהרן טייטלבוים (געבוירן ה'תש"ח) איז אויפגענומען געווארן אלס סאטמארער רבי'ן דורך די סאטמארער חסידים, וואס ווערן אנגערופן אין דער וועלט אהרונים, ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל ניו יארק. ער איז דער עלטצטער זון פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמארער רבי פֿון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, נו יארק.

עס זענען דא נאך קינדער פון ר' משה טייטלבוים וואס זענען אויך סאטמארער רבי'ס, דער מערסטער באקאנט איז זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים, וואס זיינע חסידים ווערן אנגערופֿן אין דער וועלט זאליס.

ר' אהרן איז דער איידעם פון ר' משה יושע האגער, דער וויזניצער רבי אין בני ברק.

ער האט 3 זין און 5 טעכטער. ער האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער.


בעל מחדש און מגיד

ספר חידושי תורה וואס אנטהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו

ר' אהרן טייטלבוים איז פארעכנט אין די חרדישע וועלט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים.

דערצו אבער האט ער במשך זיין לעבן שוין געהאלטען פיל קאנטרעווערסיאנלע דרשות, טייל בענין פאליטיק, און טייל בעניני קדושה, וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט מיט נישט קיין איידעלע אויסדרוקען, וואס ווערט גענוצט דורך זיינע קעגנער ווי א פייל קעגן אים אז ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער, וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעט ארויס מויל. זיינע אנהעגערס פארטיידיגען אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און וואס ער רעדט איז קודש קדשים הייליג און טייער, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעים טאטען ובשליחותו, און ביי עניני קדושה איז פארקערט די סאטמארע רבי זי"ע האט געהאלטען אז אדרבא מען דארף רעדן פון די ענינים אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען די חומר הענין נאך פון קינדווייז אן.

סאציאלע באנעמונג

זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין". די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער, צוליב דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגסטער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ. זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל. אין דעם זין זענען פאראן די וואס זאגן, אז דאס נאכלאזן פון זיין אומבויגזאמען מהלך קומט ליבערשט דערפון וואס ר' אהרן שפירט אז דאס אויסשליסליכע אחריות פאר סאטמאר וואס ער האט אמאל געהאט איז פון אים אוועקגעקומען.

פרומקייט

הגם א שטארק-פרומער אין פערזענליכן לעבן, איז ר' אהרן דורך זיינע שונאים אפגעמאלן געווארן ווי עמיצן וואס איז מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פֿרומקייטן, אין פֿארגלייך צו אסאך סאטמארער, וואס ווערט פֿארעכנט פֿון די פֿרומסטע געמיינדעס אין דער פֿרומער וועלט. די דאזיגע טעזע האט זיך געשטיצט אויף דעם וואס ר' אהרן'ס שווער, דער וויזניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פֿירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי. בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית (אין ארץ ישראל, זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין עברית). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, האט קאמענטירט צו די דשערוזעלעם פאוסט אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים... נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן".

זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, צייגן אן אז זייט ה'תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענסטער קול קעגן ציוניזם, סײַ ביי אינערליכע אסיפות און סײַ ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.

די רבנות אין קרית יואל

אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפֿגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפֿן דירעקטן באפֿעל פון זיין טאטן, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פֿארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן אים, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פֿון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פֿארלוירן נאכן הסתלקות פֿון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופֿן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פֿייגא טייטלבוים, (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס איז אבער נישט קלאר).

די שונאים פֿון ר' אהרן ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפֿגענומען געווארן אלס רב, זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פֿון דעם שטעטל געווען קעגן זײַן התמנות. אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפֿגעוויזן ווערן צוליב וואס עס דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן. אויך האלטן זיי אז די סאציאלע באנעמונג פֿון ר' אהרן איז זייער אוממענטשליך, שלעכט און גרויסהאלטעריש.

די שטיצער פֿון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לויאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אורזאך פֿון ר' משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנעדיג אז ער איז א טאלאנטפֿולער שטייפֿער מנהיג, זייער א פֿרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפֿיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל. דורכאויס די יארן פֿלעגט אלס ר' משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זוהן ר' אהרן.

בני יואל

(זעה הויפט ארטיקל בני יואל.)

פון די טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפעזיציע אין קרית יואל, קעגן איהם און קעגן זיין טאטע. עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר' אהרן, ווי למשל, אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט, ר' אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט, ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט.

אדר תשמ"ט האט דער סאטמאר רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווי ער האט זייער שארפט פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף איהם שייגץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפעזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון די אפעזיציע איז יוסף וואלדמאן. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר' אהרן.

עפרא לפומיה

די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל

בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט. די מערסטע פראמינענטע רבנים זענען געווען, ר' רפאל בלום ז"ל קאשוי רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלעסבורגער רב.

ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן. איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (וואס מיינט: דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד). דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פילע סאטמארע חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז ר' אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע, רעספעקטירטע רבנים.

פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער.

זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.


די מחלוקה איבער די אדמור"ת

(זעה הויפט ארטיקל סאטמאר מחלוקת)

ר' אהרן אלס סאטמארע רבי ביי נעילת החג טיש, מוצאי שמחת תורה תשס"ז אין וויליאמסבורג.

ניסן תשנ"ט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די געמיינסטע און גרעסטע חסידישע מחלוקה און מאדערן היסטאריע. דאס האט פאסירט ווען דער ברך משה'ס געזונט צושטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, אטאמאטיש האט ר' אהרן אומאפציעל אנגעהויבן צוביסלעך צו איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, אלע שונאים פון ר' אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר' אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר.

אבער פלוצליג ויהי היום, איז אריבערגעשפרינגען א שווארצע קאץ צווישן ר' אהרן און דער רבי'ס הויפט גבאי משה פריעדמאן, און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט, דער גבאי האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל מאנאפעלירן סאטמאר, ער וועט דאס שטערן אויף אלע קאסטן, ער האט אנגעדרייט/איבערצייגט (געוואנדן וועלכער צד) דעם רבי'ן אז מ'דארף אויפנעמען דען אינגערן זוהן ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און וכך הוה, ר' זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס קאנטראל.

די בני יואל מיט אלע שונאים למיניהם האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און זענען געשפרינגן אויף די גאסן פאר שמחה, ממש ווי משיח איז דא. ווידער ר' אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פארן שלימות און שטאלץ פון סאטמאר וואס זענען בעיקר אויך געווען דעם ברך משה חסידים, זענען אויפגעשוידערט געווארן, ממש אבל וחפוי ראש.

אלע פרואווען מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר, קודם ביי דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים וואס זענען זאלוניש געשטימט, נאכדעם אין קאורט האט מען זיי באוואשן ווי א סוטה אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות, און זיי האבן אלעמאל פארלוירן.

עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז קאפוט, למעשה האבן צוויי הויפט זאכן איהם אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג, איינס, אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר און קרית יואל און בארא פארק, צווייטנס איז די גרויסע צאל פערזענליכע חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט איהם, אפילו ר' זלמן לייב פירט אלעס און אין וויליאמסבורג זענען זיינע חסידים בלויז בני יואל טיפ מענטשן וואס שטיצן איהם בלויז צו שטעכן ר' אהרן.

זייט די אהרונים האבן געהאט זייער לעצטער טויט קלאפ אין קארט תמוז תשס"ו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול'ס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס, געבויט א גרויסן שוהל אין צוויי וואכן.

זיינע חסידים

טעקע:Aaron Teitelbaum3.jpg
סאטמארע חסידים באגלייטן ר' אהרן מוצאי שמחת תורה תשס"ז אין וויליאמסבורג.

טראץ די אלע קעגנערשאפט וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך די יארן און די ציטיילונג אין סאטמאר איז נאך אלס ר' אהרן היינט פארעכענט אלס די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע, און מעגליך אויף די וועלט, זיינע חסידים ציילן זיך און די צענדליגע טויזענטער איבער די גארער וועלט.

די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די לויאלע חסידים פון זיין טאטע, וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און איהם דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. אויך האלטן זיי ר' אהרן פערזענליך אלס דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר' יואל טייטלבוים און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך.

די זאליס ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, ווייל זיי האבן מעגליך מער שטיצער, וואס איז מעגליך גערעכט אין א געוויסן זין, אבער דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר' זלמן לייב זעלבסט, ער איז בלויז א סימפאטיקער, ווייל ער נעמט א שטארקע שטעלונג אין די מחלוקה, אבער ער האלט נישט ר' זלמן לייב פאר א צדיק, קוויטעלט זיך נישט ביי איהם, גייט נישט צו זיינע רוחניות'דיגע פארברענגען, אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר' זלמן לייב, אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר' אהרן שטיצן זיי איהם, און פרובירן איהם צו הייבן.


פריערדיקער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה
אדמורי סאטמאר קומענדיקער:
--

דערויסענדיגע לינק