אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ר' אברהם שלמה אט זייער געלונגענע הענט אין זיינע פרעכטיגע באצירונגן זענען פאפולער ביי אלע סאטמארע הויפן סיי ביי די זאלוינים און סיי ביי די ארונים. עס איז דא א אויגן פארכאפענדער קרוין וואס ער האט ערצייגט אלס בחור נאך און איז געווארן באנוצט ביים [[ברך משה]] און דערנאך געצויגן געשלעגן און ארעסטירונגען איבער דעם בעלות דערפון.
==[[שימוש תלמידי חכמים]]==
ער האט זוכה געווען לקירבה יתירה סיי ביי ר' [[אהרן טייטלבוים]] וואס ער איז געווען א שטוב מענטש, און סיי ביים [[ברך משה]] אלס פייערדיגער חסיד וואס ער האט נישט פארפעלט קיין טישן יארן לאנג נאך די חתונה אין וויליאמסבורג. אויך ביים [[אשווארע רבי שליט"א]] וואס ער ווייסט נאצוזאגן א שלל פון מעשיות אין ספירו צדיקים פון אמאליגען דור. און בעיקר ביי ר' [[אביגדור מילער]] וואס ער האט נאכגעלאפן מיט מסירת נפש כאטשיג ר' אביגדור האט אים שטענדיג פארטריבן פון זיך נישט וועלענדיג האבן קיין חסידים. ר אברהם שלמה האט זיך נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור און האט זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אנערקענונג פון אים ווען ר' אביגדור האט אים פערזענליך געגעבן זיי סידור במתנה ביי יציאת נשמתו הטהורה.
 
משך פון די לעצטע פינעף יאר פונעם לעבן און שאפן פון ר' אביגדור הערט מען אויף הונדערטע טעיפס די שטימע פון ר' אברהם שלמה פרעגן כל מיני שאלות פון ר' אביגדורס שיעורים אז דער דבר ה' זאל ארויסגיין אויף די וועלט.
פון זיי זענען מלובן די דבר ה' איבער כל מיני אישוס [[עירוב]] [[סאטמאר]] [[ווידאו]] [[חינוך]] און נאך. אלעס אין שכר פון ר' אברהם שלמה וואס האט געפרעגט נאכאנאנד אן קיין בושה.
 
ר' אברהם שלמה פלעגט שטענדיג בעטן ר' אביגדור צו מאכן נאך שיעורים און אסאך מאל האט ער נאכגעגעבן. ווי למשל די אידיש שיעור חול המועד און נאך וואס ר' אביגדור איז ספעציעל ארויס מגדרו אויף די נודניקע שטיק פון ר' אברהם שלמה.
 
ר' אברהם שלמה האט זיך נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור און האט טאקע זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אביסל קורת רוח ווען ביי די גסיסה פון ר' אביגדור האט ער אים צוגעריפן און זיך באדאנקט און אים איבערגעבעטן אז ער האט אים נישט גענוג מקרב געווען און ארויסגעוויזן אנערקענונג אויף זיין געטריישפאט דורך אים פערזענליך געבן זיין סידור במתנה אוועק פון די אייניקלעך וואס האבן פראטעסטירט דערויף דאס איז געווען די לעצטער אקט פון יציאת נשמתו הטהורה.
 
[[קאטעגאריע:רבנים|יאבוי]]
612

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו