אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
1,456 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 13 יאָר
נאך די פטירה פון ר' [[אביגדור מילער]] האט ער געפענט א שול לשמו ולזכרו פון דעם בעל מוסר וואס ר' אברהם שלמה פלעגט אויסהערן זיינע מוסר שמועסן, די שול אין וויליאמסבורג האט אבער בעיקר מצליח געווען צוליב דעם וואס די [[איחוד התלמידים]] פון די ארונים האבן דאס אנערקענט אלס זייערס א סניף. ער האט דאס א נאמען געגעבן קהילת לעמבערג, סזאל נישט זיין צו קאנטראווערסיאל נאך א איד וואס האט נישט געגלייבט אין קבלה, דער לעמבערגער רב, ר' אברהם שלמה האט זיך אנגעטאן א רבניש היטל, מען רופט זיין קהילה '''וועד ארבע ארצות''' 1) ווייל דער רב אז א [[ספרדי]], 2) די נאמען לעמבערג א [[פוילישער]], 3) און די מתפללים [[אונגערישע]] אפשטאמיגע, 4) און זיי אלע האלטן זיך פאר תלמידים פון ר' [[אביגדור מילער]]. א [[ליטוואק]]
 
ער איז א גאון מובהק אין ש"ס ופוסקים. ער האט שוין מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס, און די דברי חז"ל זענען שטענדיג שגור על פיו. ער קען פונקטליך די היסטאריע פון די הייליגע חז"ל, ער ווייסט ווער איז געווען אין וועלכע צייט, און ווער איז א תלמיד פון וועם. וואס כידוע האט דאס זייער א שטארקן אפעקט אויפ'ן הלכה למעשה.
 
אויך איז ער כידוע זייער אויסגעארבעט אין מדות טובות, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי' ווי עס קענען עדות זאגן די צענדליגער מתפללים חשובים בבית מדרשו. ער איז א וותרן וסבלן גדול, און איז נישט עוסק אין קיין פאליטיק.
מ'קען כמעט זאגן אז זיין שול איז פון די איינציגסטע אין וויליאמסבורג ווי עס ווערט נישט אויסגעשמועסט קיין איין ווארט פאליטיק. צו איז דאס פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, צו אינדערפרי, אדער גאר אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס.
ער האט שוין צענדליגער מאל דורכגעלערנט חובת הלבבות, ביחידות און ברבים. במסגרת השיעירום אין זיין שול.
 
צענדליגער אינגעלייט און בחורים זענען זיך שואל עצה מיט אים אין אלע הינזיכטן. ספעציעל בחורים וואס האבן שוועריגקייטן אין ישיבה און אנדערע אנגעלעגנהייטן גיט ער זיי ספעציעלע הדרכה.
 
זיין חכמה איז כידוע זייער ברייט און זיין עמקות און אויסגערעכנטקייט אויף יעדן שריט וואס ער נעמט איז ממש א חד בדרא. ער איז זייער באוואוסט אלץ איינער וואס טראכט דורך הונדערט און איין מאל יעדן טריט וואס ער נעמט אין לעבן. און די רואיגקייט און נישט-געכאפטקייט איז זיין הצלחה אין לעבן און מיטן חשובן צענטער פון תורה ותפילה
 
==[[ארטיסט]]==
612

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו