אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סמבטיון"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 11: שורה 11:
זעט: [[אלדד הדני]] | [[הרי חושך]] | [[עשרת השבטים]]
זעט: [[אלדד הדני]] | [[הרי חושך]] | [[עשרת השבטים]]
[[קאַטעגאָריע:טייכן]]
[[קאַטעגאָריע:טייכן]]
[[קאַטעגאָריע:לעגענדעס]]
[[קאַטעגאָריע:לעגנעדעס]]
[[קאַטעגאָריע:מלכות ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:מלכות ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:שבת]]
[[קאַטעגאָריע:שבת]]

רעוויזיע ביי 19:01, 10 אַפּריל 2007

סמבטיון אָדער סאַמבאַטיאָן אין מדרש (בראשית רבא פרק י"א) דערציילט (א לעגנעדע), אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סאמבאטיאן, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבערגיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. לויט די לעגנעדע, וועט משיח זיי אָפברענגען פון דארטן ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

דער טײַך הײסט „סמבטיון“ (פֿון וואָרט „שבת“, „סאַבאַט“) און „סנבטיון“. די אַגדה וועגן דאָזיקן טײַך איז פֿאַראַן אין מסכט סנהדרין ס”ה אין נאָמען פֿון תנא רבי עקיבֿא. אָבער די לעגענדע וועגן טײַך איז געווען פֿאַרשפרײט נאָך פֿריער (פֿלאַוויוס אין מלחמות ספֿר ז', פליניוס). וועגן דעם, אַז אין יענער זײַט סמבטיון געפינען זיך די עשרת השבֿטים, איז פֿאַראַן אין ירושלמי סנהדרין פרק י' „אחת לפנים מנהר סמבטיון“. שפעטער ווערט די לעגענדע געבראַכט אין דעם ספור פֿון אלדד הדני.

אין די שבת זמירות „מה יפֿית“ און „יום שבת קודש“ ווערט דערמאָנט דער סמבטיון. ”,זה האות אשר שם אל, בינו ובין בני ישראל ובשביעי אשר הואל, סמבטיון הנהר, שבכל יום רץ ונמהר, יוכיח בו מנוח, תשיב למין אשר שואל.”

אין פֿיל צײַט האָבן פֿאַרשײדענע ייִדישע רײזנדער געפרוּאווט צוצוקומען צום טײַך סמבטיון און צו געפֿינען די עשרת השבֿטים.

פרטים בײַ לאַזאַר אין זײַן בוך „עשרת השבֿטים“, אויך אין ערוך השלם פֿון קאהוט (ערך „סמבטיון“).

זעט: אלדד הדני | הרי חושך | עשרת השבטים