אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון סופר (ערלוי)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
געבורט ארט
 
שורה 3: שורה 3:
{{רב
{{רב
| נאמען = הרב שמעון סופר
| נאמען = הרב שמעון סופר
| געבורט ארט = פרעשבורג, אונגארן
| יידישע געבורט דאטע = כ"ח אייר ה'תר"י
| יידישע געבורט דאטע = כ"ח אייר ה'תר"י
| יידישע טויט דאטע = כ"א סיון ה'תש"ד
| יידישע טויט דאטע = כ"א סיון ה'תש"ד

לויפיקע רעוויזיע פון 12:40, 13 מײַ 2020

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם ערלויער רב. טאמער זוכט איר דעם רב אין קראקע, זעט שמעון סופר.
הרב שמעון סופר
געבורט 10 מאי 1850
כ"ח אייר ה'תר"י
פרעשבורג, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 יוני 1944 (אלט 94)
כ"א סיון ה'תש"ד
ערלוי, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט ערלוי
פאטער אברהם שמואל בנימין סופר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שמעון סופר (כ"ח אייר ה'תר"י; 1850 - כ"א סיון ה'תש"ד; 1944) איז געווען אב"ד און ראש ישיבה אין ערלוי, אונגארן.

ער איז געבוירן צו זיין טאטן דער כתב סופר א זון פון חתם סופר, און יאר ה'תר"י און ער האט דערלעבט א טיפן עלטער פון 94 יאר ביז ווען די דייטשן האבן איהם אומגעברענגט אין אוישוויץ, ווי ער איז נאך אריינגעגאנגען אין דעם גאז קאמער אויף די אייגענע פיס אן א שטעקן, כאטש ער איז שוין געווען אביסל פארעלטערט און די אויגן האבן אים שוין נישט געהעריג געארבעט דאן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמעון סופר איז געבוירן געווארן אין תר"י צו זיין פאטער הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער "כתב סופר" פון פרעשבורג. ער האט געלערנט אין דער פרעשבורגער ישיבה.

ווען ער איז געווען אלט 12 יאר האט ער געטראפן דעם צאנזער רב וואס איז דעמאלסט געווען אין א קורארט נישט ווייט פון פרעשבורג, און געבליבן דארט אויף שבת. ווען ער האט פארשפעטיגט שלש סעודות האט אים דער צאנזער רב געזאגט: ״מיר האבן געווארט אויף אייך, אבער ס׳איז געווארן שפעט האבן אונז זיך געמוזט וואשן״.

אין תר"ל האט ער געהייראט אסתר פריד פון קליינווארדיין. ער האט געלערנט אין קליינווארדיין אבער נאך צוויי יאר איז זיין ווייב נפטר געווארן, איבערלאזנדיק איין טאכטער. נאכדעם האט ער געהייראט זיין שוועסטערקינד, א טאכטער פון הרב חיים שמואל בירנבוים, מחבר פון "רחש לבב", אן איידעם פון רבי עקיבא אייגער.

בזיווג שלישי האט ער געהייראט די טאכטער פון זיין פעטער רבי בנימין שלמה זלמן שפיצער פון ווין, אן איידעם פונעם חתם סופר. איינער פון זייערע קינדער איז געווען הרב משה סופר, ערלויער דיין און פאטער פון הרב יוחנן סופר, גרינדער פונעם ערלויער חסידות אין ירושלים.

ער איז געווען רב אין ערלוי העכער פון זעכציג יאר.

ער האט פארפאסט דאס שאלות ותשובות ספר ״התעוררות תשובה״.