אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:פוילישער"

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 552072 פון גיברס (רעדן), מעגליך, אָבער מ'טאָר ניט רעדאַגירן יענעמס שרײַבן אין אַ שמועס בלאַט
טאַג: אַנולירן
מ רעדאַקטירונגען פֿון Shad Veyosiv צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון גיברס
טאַג: צוריקדריי
שורה 611: שורה 611:
:::אויכעט ז"ל איז נישט כדאי צו שרייבן, און אויב די זעסט אזא זאך מעגסט עס אראפ נעמען. כדי צו וויסן וויפל קוקן אין א ארטיקל זעט "בלאט-אינפארמציע" (אויפן רעכטע זייט פון די ארטיקל). [[באַניצער:גיברס|גיברס]] ([[באַניצער רעדן:גיברס|רעדן]]) 18:15, 9 דעצעמבער 2019 (UTC)
:::אויכעט ז"ל איז נישט כדאי צו שרייבן, און אויב די זעסט אזא זאך מעגסט עס אראפ נעמען. כדי צו וויסן וויפל קוקן אין א ארטיקל זעט "בלאט-אינפארמציע" (אויפן רעכטע זייט פון די ארטיקל). [[באַניצער:גיברס|גיברס]] ([[באַניצער רעדן:גיברס|רעדן]]) 18:15, 9 דעצעמבער 2019 (UTC)


== זאג מיר, א שטיק דרעק וואס דו ביסט! ==
== זאג מיר ==


פארוואס האסטו אויסגעמעקט די חשובע אינפארמאציע וואס כ'האב געשריבן וועגן די ר"מים אין ישיבת חיי משה? איך האב אליין געלערנט דארטן און אלעס וואס כ'האב געשריבן איז אמת ויציב! ביז איינער מיט ליבשאפט צו יידיש קומט שוין שרייבן אין דער טויטע וויקיפעדיע, דו מעקסט אויס? דרעק זאלסטו עסן, און דו ביסט דאך אליין א שטיק דרעק! [[באַניצער:קאליקאלעס|קאליקאלעס]] ([[באַניצער רעדן:קאליקאלעס|רעדן]]) 01:45, 16 דעצעמבער 2019 (UTC)
פארוואס האסטו אויסגעמעקט די חשובע אינפארמאציע וואס כ'האב געשריבן וועגן די ר"מים אין ישיבת חיי משה? איך האב אליין געלערנט דארטן און אלעס וואס כ'האב געשריבן איז אמת ויציב! ביז איינער מיט ליבשאפט צו יידיש קומט שוין שרייבן אין דער טויטע וויקיפעדיע, דו מעקסט אויס? [[באַניצער:קאליקאלעס|קאליקאלעס]] ([[באַניצער רעדן:קאליקאלעס|רעדן]]) 01:45, 16 דעצעמבער 2019 (UTC)


== Editing news 2020 #1 – Discussion tools ==
== Editing news 2020 #1 – Discussion tools ==

רעוויזיע ביי 18:12, 26 אַפּריל 2020

ארכיוו פון באַניצער רעדן:פוילישער  
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער




Editing News #1—2018

20:54, 2 מערץ 2018 (UTC)

קאטעגאריעס

א גוטן טאג. ווי גייט עס דיר צדיק? כ'האב געוואלט פרעגן טאמער דער ארטיקל פונעם סטראפקאווער רבי, וואו עס שטייט 'סטראפקאווער' זאל מען לייגן א לינק פונעם שטעטל סטראפקאוו אדער פונעם 'הויף' סטראפקאוו וואס גראדע עקזיסטירט נאך נישט, און טאמער די קאטעגאריע שינאווא פאסט דא (אויב נישט זאג מיר וועלכע) און ענדליך וויל איך מיך אויסלערנען וויאזוי מאכט מען א קעפל אונטערן נאמען פון אן ארטיקל. ישר כח פון פארויס און א געזונטן לעכטיגן פרילינג. Davidik500 (רעדן) 13:50, 7 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

מען שטעלט א לינק צו אן אפטיילונג פון אן ארטיקל מיט #. כ׳האב געשטעלט א לינק אין דעם ארטיקל וועגן דעם סטראפקאוואר רבי אלס משל.
וועגן מאכן א קעפל אונטערן נאמען פון אן ארטיקל, פארשטיי איך נישט די שאלה. --פוילישער 18:11, 7 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
ישר כח. נעקסטע מאל קענסט דא שרייבן א ביישפיל און נישט מאכן גלייך ענדערונגען אין בלעטער (שוין א סאך מאל געבעטן נוצן דעם שמועס בלאט) . וועגן דעם האב איך דיך געפרעגט דא אויפן שמועס בלאט ווייל כ'האב געוואלט אז 'ו זאלסט מיר דא ווייזן וויאזוי לייגט מען צו א צווייג. א קעפל האב איך געמיינט דערמיט אז למשל דער נאמען פונעם ארטיקל איז וויען און אונטער דעם אין קליינע בוכשטאבן ס'שטייט 'הויפט שטאט פון עסטרייך', אין אלגעמיין וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי די קליינע בוכשטאבן אונטערן טיטל ווערן צוגעלייגט Davidik500 (רעדן) 19:28, 7 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
איך זע נישט קיין קליינע בוכשטאבן 'הויפט שטאט פון עסטרייך'. --פוילישער 23:10, 7 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
גערכעט, דארט איז ליידיג. דא האסט דו אן אנדערע ביישפיל. https://yi.m.wikipedia.org/wiki/מרדכי_שטיין. קוק וואס ס'שטייט אין קליינע בוכשטאבן (פאלטיטשאנער רבי) אונטערן טיטל פונעם ארטיקל (מרדכי שטיין). און דאס וואס איך וויל פארשטיין איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי לייגט מען די קליינע בוכשטאבן אונטער דעם טיטל פון אן ארטיקל Davidik500 (רעדן) 18:05, 11 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אט יעצט זע איך. אינטערעסאנט אז דאס ווערט באוויזן נאר ביי דער מאבילער אויסשטעלונג! די ווערטער אין קליינע אותיות ווערן גענומען פון דער באשרייבונג ביי וויקידאטן, וואס מען קען צוקומען דורך ״וויקידאטן־אביעקט״ אין דער זייטפאס רעכטס אונטער ״געצייג״. --פוילישער 21:30, 11 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

"דזשיני" אדער "דזשין"

א גוטן אוונט, פוילישער. זייט מוחל, אבער איך האב אן אנדערע איבערזעצונג פראבלעם. דערווייל ווערט דאָס ווארט "דזשין" באנוצט פאר דעם ארטיקל וועגן דער געטראנק (Gin). אבער, דאָס דייטשישן ווארט Dschinn מיינט דאָס באשעפעניש וואס קומט פון א לאָמפּ אדער א פֿלאַש ביי דעם אַראַבישן פֿאָלקלאָר. איך האב ערשטנס גענוצט "דזשיני" ווי אין העברעאיש און ענגליש, אבער אין אראביש זיי זענען גערופן "جني" (דזשין).
אויף יעדן פאל, איך האב געמאכט "דזשין (איסלאם)" און "דזשין (מיטאלאגיע)" אלס ווייטערפירונג בלעטער. וועלכע איז די בעסערע מעגלעכקייט פאר דער ארטיקל נאמען? "דזשיני" קלינגט פאלש אין יידיש צו מיר. א דאנק. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 18:15, 16 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

איך מיין אז ביידע הייסן דזשין אבער אפשר אין דער איסלאמישע מיטאלאגיע קען מען אויך זאגן דזשיניע ►רוני◄ (רעדן) 23:01, 17 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
א גוטע וואך! איך מיין אויך אז ביידע זענען ״דזשין״.--פוילישער 00:20, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

א גוטן אוונט

וויבאלד די צאל פון וויזשניצער רביס האט זיך פארמערט קע"ה נאך דער פטירה פון רשכבה"ג רבן של ישראל, נזר ישראל ותפארתו משיירי כנסת הגדולה כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ מאנסי זיעועכי"א, האב איך געטראכט, אפשר ס'לוינט זיך צו שאפן א נייע קאטעגאריע אונטערן נאמען 'וויזשניצער אדמורי"ם'. וואס האלטסטו? Davidik500 (רעדן) 20:17, 19 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

ישר כח! Davidik500 (רעדן) 23:06, 19 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע זיי מסביר פארוואס דארף מען צולייגן צו דער קאטעגאריע דער נאמען פונעם רבי'ן אויכעט. און פארוואס לייגט מען אריין די משפחה נאמען און אין חלק נישט. וואס איז דער פשט. Davidik500 (רעדן) 23:30, 19 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

דו פרעגסט גוט. נארמאלעווייזע, ביי נעמען פון מענטשן, וויל מען אז די רשימה זאל זיין לויטן סדר פונעם משפחה נאמען. טאמער מען שטעלט נישט צו א סארטירן-סדר לויטן משפחה נאמען וועט וויקיפעדיע סארטירן לויטן ערשטן ווארט, וואס איז געוויינטלעך דער ערשטער נאמען. אבער, טאמער די ארטיקלען אין א געוויסער קאטעגאריע האבן אלע, אדער כמעט אלע, דעם זעלבן משפחה נאמען, איז כדאי צו סארטירן לויטן ערשטן נאמען. למשל ביי וויזשניצער אדמורי״ם, כמעט אלע הייסן האגער, און ס׳וועט זיין איין ליסטע אונטער ״ה״. --פוילישער 23:35, 19 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Share your experience and feedback as a Wikimedian in this global survey

WMF Surveys, 18:41, 29 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Reminder: Share your feedback in this Wikimedia survey

WMF Surveys, 01:39, 13 אַפריל 2018 (UTC)

ביטע רעספעקטירט די פארשריפטן

איך האב דיר שוין געבעטן אומגעציילטע מאל. ענדער נישט זאכן און דריי נישט צוריק מיינע בלעטער אין וועלכע איך האב אריינגעלייגט א סאך שוויץ און מיע, און פאררעך נישט מיין אויסלייג. ס'איז הונדערט פראצענט בבחינת גזל, צו טוישן זאכן אהן רשות, און ספעציעל ווען מ'בעט אויסדריקלעך נישט צו טוישן.יעדעס מאל דו בארוהיגסט דיך פאר א פאר חודשים, נאכדעם הייבסטו אן נאכאמאל פונדאסניי צוריקצודרייען ארטיקלען. האסט א שמועס בלאט וואס איז ספעציעל געאייגנעט אויף טענות, און וויבאלד דו האסט ווידער צוריקגעקערט צו דיין אלטן וועג, בעט איך דיר נאכאמאל - עפעס שטערט דיר? דו האלטסט אז ס'איז דא א געוויסע טעות ערגעץ אויפן ארטיקל? שרייב מיר אויפן שמועס בלאט, און גלייב מיר וועל איך עס אליינס פארעכטן. איך בין דא מער ווי דיר לעצטענס, און איך ליין איבער מיינע ארטיקלען און ווען איך מאך א רעכטסשרייבונג פעלער (א זאך וואס פאסירט גאר זעלטן), מאך איך זיכער דאס צו קארריגירן. אבער אז דו וועסט טוהן להכעיס וועל איך אויך צוריקדרייען דיינע בלעטער להכעיס. זיי מכבד יענעמ'ס אויסלייג. און ווען מ'זאגט דיר אז א געוויסע זאך שרייבט מען אויף א געוויסן אופן דארפסטו זיך נישט עקשנ'ען. פונקט אזוי ווי מען קען דיר נישט אויסלערנען צו רעדן אדער שרייבן אויף ענגליש ווייל דאס איז דיין שפראך, דו ברויכסט אונז נישט אויסלערנען וויאזוי דארף מען שרייבן/רעדן אויף אידיש (איך רעד אין מיין נאמען, דער באניצער נייגעריגער און נאך א יונגערמאן וואס איך געדענק נישט זיין ניק יעצט. א גוט וואך און ביטע הער אויף צו וואנדאליזירן בלעטערDavidik500 (רעדן) 21:36, 14 אַפריל 2018 (UTC)

Your feedback matters: Final reminder to take the global Wikimedia survey

WMF Surveys, 00:49, 20 אַפריל 2018 (UTC)

הילף

העלא, קען איר העלפן מיר מיט דעם אַרטיקל, דאַנק: יוסף דע מאַניטשאַ.--87.218.118.25 11:29, 29 אַפריל 2018 (UTC)

איך קען נישט איבערזעצן דעם נאָמען פון די שטעט פון זיין געבורט און טויט: San Cristóbal de La Laguna and Reritiba


זיין זיידע איז געווען אַ איד וואָס האט זיך געשמדט. ¿?

זיין זיידע איז געווען אַ איד וואָס איז געווארן אַ קריסטלעך.--87.217.209.50 22:29, 30 אַפריל 2018 (UTC)

אין עלטער פון 19 יאר האָט ער זיך איינגעשריבן אין דער עקספעדיציע פון די יעזואיטן צו די נייַע קאָלאָניעס פון בראזיל¿?

אין עלטער 19 ער געארבעט ווי אַ קאַטהאָליק מיססיאָנאַרי אין Brazil.


הי, איך האב שוין געפרוווט צו פאַרריכטן עס. דאַנקען פֿאַר דיין הילף: יאזע דע אנשיעטא.--87.223.82.185 08:29, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב פארבעסערט אויף יידיש. זייט אזוי גוט דרייט נישט צוריק. --פוילישער 12:01, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

אַ דאַנק!

אָפֿטמאָל באַמערק איך אַז איר רעדאַקטירט די בלעטער וואָס האָב איך געשריבן. איך בין נאָר אַ תּלמיד פֿון ייִדיש איצט, אַזוי באַדאַנק איך אײַך.

זײַט געזונט!

Nachother (רעדן) 03:37, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

עדינבארא

זייט מוחל, פוילישער, אבער "עדינבורג" איז פאלש. Edinburgh איז אויסגערעדט ווי עדינבאָראָ [1] (ווי "אדינבורו" אין העברעאיש). שאטלאנד איז נישט דייטשלאנד (אדער די פאראייניקטע שטאטן). וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 10:05, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

ערשטנס, ווער זאגט אז די שטאט הייסט נישט ״אדינבורג״ אויף העברעאיש. איין זאך איז קלאר: די שטאט הייסט נישט עדינבארא. ביי פארווערטס הייסט זי ״עדינבורג״. --פוילישער 11:57, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אויף העברעאיש הייסט די שטאט "אדינבורו" און אויך אויף דייטש זאגט מען עדינבארא (כאטש מ'שרייבט Edinburgh). פארווערטס איז נישט קיין ביישפיל.

Davidik500 (רעדן) 12:49, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

למשל:
--פוילישער 13:36, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אויף דייטש הייסט די שטאָט פּונקט אַזוי ווי אויף יידיש. די סטאַטיסטיק פון אַלע יידישע ביכער אין yiddishbooks: עדינבארא - 2, עדינבורג - 130. הר ורדים (רעדן) 14:24, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אויף וויקיפעדיע אין לה"ק שטייט עדינבארא און נישט עדינבורג. אידיש שטאמט נישט פון ענגליש נאר פון דייטש וואו מען זאגט אויך עדינבארא Davidik500 (רעדן) 22:38, 6 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אוודאי אז יידיש שטאמט נישט פון העברעאיש! אויך דערצו האב איך געוויזן אז אויך אויף העברעאיש ווערט די שטאט גערופן אדינבורג. --פוילישער 07:25, 7 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אידיש שטאמט פון דייטש, און רוב ווערטער זענען כמעט די זעלבכ אדער ענדליך, דאך א גרויסער טייל פון ווערטער אויף אידיש שטאמט פון לה"ק/העברעאיש. זיכער נישט פון ענגליש. דו האסט געברענגט לכאורה א באווייז אז מ'שרייבט אויף העבראיש עדינבורג פון פארשידענע צייטשריפטן, אבער פון וויקיפעידע אויף העבראיש האסט נישט געברענגט. דא האסטו. געב א קיק ווי מ'ברויך שרייבן https://he.m.wikipedia.org/wiki/אדינבורו. און אזוי ווי איך האב דיר שוין אין דער אויבנדערמאנטע קאמענטאר געשריבן, אויך אויף דייטש רעדט מען אויס אויך עדינבארא כאטש מ'שרייבט דאס אנדערעש. כל טוב Davidik500 (רעדן) 02:49, 8 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
ערבך ערבא צריך. די העברעאיש וויקיפעדיע איז נישט דווקא א ראיה. וועגן דייטש ווייס איך נישט אז מען שרייבט ״עדינבארא״. --פוילישער 07:04, 8 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
העברעאיש און אידיש זענען ביי מיר ביידע מוטער-שפראכן און אויף העברעאיש ס'שרייבט זיך אדינבורו און ווערט אויסגערעדט פונקט וויאזוי מ'שרייבט דאס. אויף אידיש זאגט מען אויך עדינבארא. און וועגן דייטש, איך קען די שפראך היפש גיט און נישט נאר די ווערטער וואס זענען ענדליך צו אידיש, נאר אויף גאנץ א הויכן לעוועל, און אמאל אמאל שרייב איך אויך אויף דער דייטשע וויקיפעדיע, און איך זאג דיר אז מ'שרייבט טאקע Edinburgh אבער מ'רעדט אויס עדינבארא. און טאמער דו ווילסט דיך זעלבסט איבערצייגן שרייב אין גוגל איבערזעצער די פאלגנדע ווערטער:Edinburgh Schloss, דריק אויף דעם וואליום סימבאל און הער צו וויאזוי מ'רעדט דאס אויס. כל טוב. Davidik500 (רעדן) 11:55, 8 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

די צייטונג פארווערטס שרייבט עדינבורג די לינק ►רוני◄ (רעדן) 12:24, 8 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

דער אויסלייג פון פארווערטס איז אפשר איין ביישפיל, אבער אויסדריקליך נישט די איינציגסטע ראי' אומבאדינגט, וויבאלד זיי שרייבן אויף אן אויסלייג וואס איז נישט אנגענומען ביים היימישן אונגארישן עולם, און רוב אידיש רעדנערס היינט צו טאגס זענען היימישע אידן. און אויך פארקערט, איך שטעל מיך פאר אז זיי האלטן אויך אז אונזער דייטשער-אונגארישער אויסלייג איז נישט ריכטיג. כדי אלע זאלן זיין צופרידן האלט איך אז מ'זאל נוצן ביידע ווערטער סיי עדינבארא און סיי עדינבורג (איין ווארט קען מען שרייבן אלס צוזעצליכער אין קלאמערן). כל טוב. Davidik500 (רעדן) 12:52, 8 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע רעספעקטירן די פארשריפטן

איידער איר טוישט א קעפל פון א געוויסן ארטיקל מוז מען עס ארויפברענגען צו א דיסקוסיע און פרעגן אנדער באניצער צי זיי זענען מסכים צו דעם. איך וויל אייך דערמאנען נאכאמאל אז איר האט נישט קיין בעלות אויף דער אידישער וויקיפעדיע און איר קענט נישט טוהן וואס ס'איז שמעקט אייך אהן זיך רעכענען מיט יענעם'ס מיינונג. אויסער אייך ס'איז דא נאך עטליכע אנדערע באניצער דא וואס האבן אריינגעלייגט היפש א שווערע ארבעט און מי, כדי דער עולם זאל קענען געניסן און הנאה פון די ארטיקלען. איר האט נישט קיין רעכט צו פירן דא א דיקטאטורשאפט, צוריקדרייען בלעטער, און איגנארירן נאכווייזליך די טענות און בקשות פון די באניצער. אז איר וועט ממשיך זיין זיך צו פירן אזוי וועלן מיר מוזן זיך ווענדען צו די פארוואלטונג פון וויקיפעדיע און בעטן אז מען זאל אייך אוועקנעמען די אויפגאבע פון א סיסאפ. כל טוב. Davidik500 (רעדן) 12:38, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

וועגן וועלכן ארטיקל רעדסטו? --פוילישער 13:20, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
איך רעד פון ר' מענדל האגער (בני ברק), אין וויזניץ שרייבט מען טאקע מענדיל אבער מענדל איז אויך ריכטיג, פארוואס פעלט אויס צוריק צוריקצודרייען סתם אזוי אהן קיין סיבה, און איבערהויפט פארוואס נישט עפענען א דיסקוסיע און דורכרעדן מיט אנדערע פאר מען טוהט עס? און אויך טראצדעם וואס איך האב אייך אומצאליגע מאל געבעטן ברחמים טויש נישט זאכן אין מיינע בלעטער אהן נוצן דעם שמועס בלאט, איר טוהט עס להכעיס. א בלאט וואס איך האב געשריבן איז מיין אייגענע ביישטייערונג און איך וויל נישט אז מ'זאל טוישן דארט זאכן אהן רשות (הינזיכטליך ר' מענדל האגער ס'איז נישט מיין ארטיקל, אבער דאך ס'זייער נישט שיין צו ענדערן אהן דורכצורעדן). איך וויל אייך רעספעקטירן און אייערע ארטיקלען אבער לערנט אייך אויס צו רעספעקטירן די פארשריפטן און אנדערע מענטשן. און וועגן אויסלייגן קען אייך זאגן אז פילמאל וואס דאכט זיך דיר א טעות איז למעשה נישט קיין פעלער, נאר אן אויסלייג וואס איז ווארשיינליך נישט באקאנט פאר אייך. אידיש איז נישט קיין שפראך וואס ליגט אין א שראנק מיט א גלאזענער טיר אין מוזיאום און האט נאר איין אויסלייג, נאר א שפראך וואס ווערט געניצט ביי הונדערטער טויזנטער אידן ארום דער וועלט. ס'מיינט נישט אז מ'ברויך אויסטראכטן און ערפינדען ניי אויסלייגען אבער נישט יעדער מוז שרייבן לויט אייערן אויסלייג.לאמיר אפמאכן אז פון היינט און ווייטער אז טאמער איר שטויסט אייך אויף אן ארטיקל וואס איז געשריבן דורך מיר און איר זעהט עפעס וואס געפעלט אייך נישט אדער איר טראכט אז ס'איז דא א רעכטסשרייבונג פעלער, ביטע עקשנט אייך נישט און רעדט דאס דורך אויפן שמועס בלאט. איך ווארט אויף אייער ענטפער, איך בעט אייך מיר נישט איגנארירן.

כל טוב Davidik500 (רעדן) 20:04, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

איך ווייס בכלל נישט וועגן וואס דו רעדסט. וואס האב איך געטוישט ביי מנחם מענדיל האגער (בני ברק) ? --פוילישער 21:42, 1 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
ווייל איך בין דער וואס האט באמת געביטן דעם נאמען, וויל איך דא זאגן נאר א קליינע הערה. ווען ס'וואלט געווען נאר דער פראבלעם אז ס'שטייט מענדל און נישט מענדיל, וואלט מיר נישט איינגעפאלן צו פארעכטן אליין. אבער ס'איז געשטאנען פשוט מענדל האגער. ס'איז דא גאר אסאך מענדל האגער, און עס האט נישט קיין שום פשט אז מ'איז מחליט אויף איינער אז ער איז דער באוואוסטער און פשוטער מענדל האגער. ס'איז מיר אויכעט געוועזן פשוט אז קיינער האט עס נישט געמאכט מיט א מיינונג אז אזוי דארף זיין געשריבן, נאר פשוט מ'האט נישט געטראכט. א שאד אז ס'ווערט פון אזא קליינעקייט אזא גרויסער רעש, אפשר טאקע האב איך דא נישט וואס צו זוכן. א זיס לעבן אויף אייך, איש גלילירעדן • י"ז אייר ה'תשע"ח • 02:07, 2 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

שאפן אן ארטיקל

איך וויל שאפן א לינק איבער ר' חיים מאיר האגער (זון פון רבי ישראל פון בני ברק) וואס וואוינט אין בארא פארק. ס'דא איין פראבלעם דערמיט - ר' מענדל פון בני ברק האט אויך א חיים מאיר און דער וואוינט אויכעט אין ב"פ און האט אן ארטיקל איבער זיך אונטערן נאמען "חיים מאיר האגער (בארא פארק)". וויאזוי זאל איך באטיטלען דעם ארטיקל? Davidik500 (רעדן) 20:31, 29 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

נישט פשוט. מ׳דארף אויסזוכן א נאמען וואס איז צוגעפאסט. למשל טאמער דער (נישט וויזשניצער) עולם און בארא פארק רופט זיי רבי חיים מאיר ישראל׳ס און רבי חיים מאיר מענדיל׳ס, וואלט מען געקענט ניצן די נעמען חיים מאיר האגער (ישראל׳ס) און חיים מאיר האגער (מענדיל׳ס) פאר די ארטיקלען. אפשר האסטו א בעסערע עצה? --פוילישער 08:39, 30 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
ליידער קען איך נישט טראכטן פון א בעסערער עצה, אבער טראצדעם קלער איך אז דיין אויבנדערמאנטער פארשלאג קלינגט אויס גאנץ גוט. אבער אז ס'זאל זיין מכובד'דיג, האלט איך אז מ'זאל שרייבן (אין קלאמערן פארשטייט זיך) חיים מאיר האגער (ב"ר ישראל) און חיים מאיר האגער (בר"מ מענדיל), אדער חיים מאיר האגער (רבי מענדיל'ס) און (רבי ישראל'ס), ווייל דא רעדט מען דאך פון גרויסער רבי'ס און נישט פון סתם עמך, און צוליב דעם דארף מען סיי ווי צוצולייגן דאס ווארט ר'/רבי). איידער איך פאנג אפצושרייבן דעם ארטיקל וואלט איך געוואלט הערן דיין מיינונג וועגן וועלכע פון די צוויי אויבנדערמאנטע הצעות מיינע געפעלט דיר מער/זעהט בעסער אויס.
א דאנק און כל טוב Davidik500 (רעדן) 23:20, 30 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
ווי דו פארשטייסט. --פוילישער 05:06, 31 מײַ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Translation

Hello! May I ask you for a translation of the code placed on this page into ייִדיש? Can you put in under the English version. Thank you very much! :) -XQV- (רעדן) 19:14, 17 יוני 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Please explain what this is about. I do not understand
--פוילישער 20:35, 17 יוני 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Need translation for South Azerbaijani

Hi. Updated list of Wikipedias. But there's no Yiddish version of "South Azerbaijani" (azb) in the system. So you might want to add that; right now, I put אאא so that the directionality wasn't messed up.

StevenJ81 (רעדן) • ט' תמוז ה'תשע"ח • 14:33, 22 יוני 2018 (UTC)[ענטפֿער]

"אַוויאָנעטקע"?

אַ גוטן אוונט, הער פוילישער. איך האב געזען דאָס מאָדנע וואָרט "אַוויאָנעטקע" אינעם אַרטיקל "לופֿטמאַשין". איך פֿאַרשטיי אַז עס באַדייט "דָּאוֹן" (העברעאיש), אָבער איך האב געזוכט בייַ גוגל און קיינער נוצט עס נישט (לפחות לויט די רעזולטאַטן). Iddish.co.il, דאָס יידיש-העברעאיש ווערטערבוך ("ווערטערוועבזייטל"?) איך ניץ, האט נישט קיין וואָרט פֿאַר "דָּאוֹן" אין יידיש, אָבער האט די נעמען פֿון אַנדערע לופֿטמאַשינען. איז עס דאָ אַ בעסער/מער פּאָפּולערע וואָרט אָנשטאָט ‏"אַוויאָנעטקע"? "גליידער" אדער "שוועבער" (ווייל די דאזיקע לופֿטמאַשין שװעבּט אין די לופֿטן אָן אַ מאָטאָר) זענען אויך נישט ריכטיקע ווערטער. אַ דאַנק. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 19:18, 5 יולי 2018 (UTC)[ענטפֿער]

דאס ווארט ״אוויאנעטקע״ ווערט געניצט דא
Full text of "Sefer zikaron li-ḳehilat Radzimin" - Internet Archive

https://archive.org/stream/nybc313958/nybc313958_djvu.txt כאש ר ההנהל ה הארצי ת ש ל הקר ן בוורש ה הכריז ה ע ל "אוויאנעטקע ס אקציע " (מפע ל רכיש ת אוירונים ) כד י להכשי ר בגול ת פולי ן טייסי ם יהודי ם בשבי ל היל־האוי ר הארץ־ישראל י ...

און דא

[PDF]N bc.wbp.lodz.pl/Content/33288/Najer_Folksblat1928_nr165a.pdf Translate this page אם כן אין אַמעריק ואנגען וויק פון לע־בּוּרושע אויף אַ אוויאנעטקע מיט אין פאַ־. דימיםיע. קאַט ח. סליאזבערג, וועלכער איז די טעג צוריק ליך גרייט צו העלפען ארץ-ישראל, אָבער ער סאושיר ...

אויך ווערט עס געברענגט אין חנה רייכער׳ס ווערטערבוך.--פוילישער 22:42, 5 יולי 2018 (UTC)[ענטפֿער]

מאפע

וואס איז דיין פראבלעם מיט א מאפע באצייכענונג צו א געוויסע פלאץ? פארוואס א בילד יא און א לינק צו א בילד אויפן מאפע נישט? -- די באמערקונג איז געשריבן פון א נישט-איינגעשריבנעם באניצער וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

נישט ״מיין״ פראבלעם. ביז היינט איז נישט געווען דער מנהג דא אריינלייגן לינקען צו מאפעס אין דעם טעקסט פון אן ארטיקל. טאמער איר ווילט איינפירן א נייעם מנהג, טוט אים פארשטעלן אין ״קאווע שטיבל״ און דער עולם קען עס אדורכרעדן. --פוילישער 22:00, 24 יולי 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אויב ווילט איר מעקן מאפעס טוט אים פארשטעלן אין ״קאווע שטיבל״ און דער עולם קען עס אדורכרעדן. --- גלייכער (רעדן) 19:36, 31 יולי 2018 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב אים פארגעשטעלט אין קאווע שטיבל און עס שיינט אז איר מאכט חוזק ווייל איר ווייסט זייער גוט אז חוץ און און אייך איז נישט דא קיין אקטיווע באניצער, חוץ משה האב איך טאקע אין קאווע שטיבל אייך געוויזן אז מאפעס איז א גאר ניצליכע זאך וואס ווערט פראקטעצירט אויף אסאך וויקיס פון אנדערע שפראכן, ביטע טראכט איבער מער מאל איידער איר טוישט וואס אנדערע טוען, עס מאכט זייער נערוועז און עס נעמט אוועק די אפעטיט צו ממשיך זיין שרייבן אין דעם וויקי און אזוי בלייבט איר דער איינציגער שרייבער דא (אפשר איז דאס גאר וואס איר ווילט???) גלייכער (רעדן) 21:52, 6 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]
איך ווארט נאך דו זאלסט מיר ווייזן ווי דאס ווערט געניצט אין אנדערע וויקיפעדיעס. --פוילישער 18:53, 15 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Your contribution in the topic VVP (Putin V .V.) Has initiated me.

  After the, SCH.W.G.K. gave us a small piece of his "holy bread" from his military thief. Maybe, the Putin - Leuter (ie FSB) will give a small 195.244.180.59 14:16, 27 יולי 2018 (UTC)piece of his tagestiesch. (You know, yes, how does this bibleic mean ever work?) Well, ask for a dear collegue! In German or Yddisch.[ענטפֿער]

ווילדע מעקעריי

מר. פוילישער, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט פאר אייער פארזענליכקייט און אלס א באשטייערער צום אידישן וויקיפעדיע. אין די קורצע צייט וואס איך ווייל דא (עטליכע טעג) האסטו מצליח געווען מיר אויפצורעגן און ארויסנעמען פון די כלים טאג טעגליך אויף א קביעותדיגן פארנעם. איך טראכט אויב איך זאל פשוט צוריקגיין און פארעכטן אלע דיינע טעות'ים און עם הארץ'ישע מעקעריי אדער איך זאל בלויז אויפגעבן אויף וויקיפעדיע בלויז צוליב דיר און אוועקשפאצירין.

איך קען פשוט נישט אריינגיין אין "יעדע איינציגע" מעקערייד דיינע ווייל עס וועט נעמען צופיל צייט, כמעט יעדע איינציגע בלאט וואס איך האב געפענט און כמעט יעדע עדיט וואס איך האב געמאכט (איך שרייב כמעט אבער באמת איז'ס 99.9 פראצענט) האסטו געפילט פאר וויכטיג מיר נאכצולויפן ווי א וויידל און פארדרייען אדער מעקן. נאך מער ארגער, איר שפירט נישט פאר וויכטיג אפילו זיך דורכצושמועסן אויפן שמועס בלאט! איר דרייט זיך ארום אזוי ווי א בולי און איר בריקעט רעכטס און לינקס.

בלויז געציילטע דוגמאות, איר האט געמעקט ר' חיים יוסף בידערמאן איידעם פון ר' נתן געשטעטנער און איר האט נישט געשפירט וויכטיג צו רעדן אויף די רעדן בלאט איר האט געמעקט די זידיטשובע קאטעגאריע פון די בלאט פון הייליגן עטרת צבי! צו ווייסט איר דען נישט אז דער עטרת צבי איז געווען חוץ רבי אויך רב אין זידיטשוב און אויך "דער גרינדער" פון די זידיטשובע גזע? אה, ריכטיג איר האט נישט געוויסט דעריבער ביטע נעמט אראפ אייערע קנעפלעך פון חסידישע הויפן ווי איר האט נישט א אהנונג.

נאר א עם הארץ אין חסידות קען פרעגן אזא נארישע שאלה "וואס איז דאס שייכות פון רבי משולם פייש לאווי מיט זידיטשובע חסידות?" איינער וואס פרעגט אזא שאלה האט קיין שום רעכט צו רעדאקטירן חסידישע און בפרט זידיטשובע בלעטער. די זעלבע איז ריכטיג מיט די ספינקא רביס און אויף פאללאק בערעגסאז.

איר מעקט אינפארמאציע אויף א בלאט און איר לייגט צו א הגה אז די אינפארמאציע באלאנגט אויף א באזונדער בלאט, דאן פארוואס מעקט איר אינפארמאציע? מאכט א פרישע בלאט! אדער ריקט אריבער די אינפארמאציע צו די ריכטיגע בלאט!

איר פארדרייט א נאמען פון א מענטש וואס איך שטעל אריין מיטן נארישן אויסרייד אז "יידיש שרייבט מען מיט וואקאלן"... פוילישער, א נאמען איז א נאמען און א נאמען שרייבט מען אקוראט אזוי ווי דער נאמען טרעגער שרייבט דאס און נישט אזוי ווי דיע כלל אדער יענע כלל וואס דער אדער יענער אידישיסט האט מחליט געווען. ווען איינער איז אין געבורטסשיין גאלד און דערנאך שרייבט אינטער שבועה אז זיין נאמען איז גולד קען א שופט אים געבן תפיסה פאר דעם, די זעלבע איז מיט מארקאוויטש און מרקביץ, ריכטיג אז די ציונים האבן געטוישט פון מארקאוויטש צו מארקאוויטש אבער ווען א סאטמארע מארקאוויטש שרייבט זיך אין געבורטס שיין מארקאוויטש און ווען מען ארעסטירט אים ביי א הפגנה שרייבט ער אז זיין נאמען איז מרקוביץ שטראפט מען אים אויך פארן געבן א פאלשע נאמען ווייל די 'מחשב' פון די משטרה ווייס ווער דאס איז יואל משה מארקאוויטש אבער נישט ווער דאס איז יואל משה מרקוביץ... א נאמען שרייבט מען אזוי ווי עס איז געשריבטן ארגינעל און נישט מיט אידישיסטישע כללים. און לסבר את האוזן, זיי מיר ביטע מסביר פארוואס ווען איך שרייב הלברשטאם ווייל אזוי שרייבט זיך יענער דארפסטו צולייגן א אלף און מאכן האלבערשטאם ווייל "יידיש שרייבט מען וואקאלן" אבער ווען איך שרייב אייכענשטיין טוהסטו באוועגן דעם בלאט צו אייכנשטיין און אין דיינע ווערטער אן דעם שטומען ״ע״"? ווען איינעמס נאמען איז אייכענשטיין און ער חתמ'ט זיך אייכענשטיין איז זיין נאמען אייכענשטיין און נישט אייכנשטיין אזוי אויך ווען איינער שרייבט זיך און חתמ'ט זיך הלברשטאם און אין זיין געבורט שיין שטייט הלברשטאם איז זיין נאמען הלברשטאם און נישט האאאאאלבערשטאם.

איך דעבאטיר מיט מיר אליינס אויב איך זאל ממשיך זיין צו באשטייערן צום וויקיפעדיע אדער איך זאל פשוט אוועקשפאצירן צוליב דיין אגרעסיווע עדיטס. עס שפירט זיך אז איר שפירט פאר מער וויכטיג איבערצוקוקן יעדע מינדערוויכטיג עדיט און אריינקראצן אייער דעה דערין ווי איידער צו באשטייער פאר די טובה פאר די מענטשהייט אויפן ערד קוגל, האלט איר באמת אז אייער מינדערוויכטיגע מעקעריי איז אזוי וויכטיג אזאש פאריאגן יעדן רעכט דענקיגער מעמבער וואס פראבירט צוצולייגן צום וויקיפעדיע? דאס אמאל זיכער אז איך וועל מאכן זיכער צו פארברענגען צייט אין שרייבן א שיין בריוו צו די הויפטקוואטירן פון וויקי און מסביר זיין פארוואס די אידישע וויק איז אזוי טויט נאכדעם וואס עס איז שוין געווען שטארק אקטיוו.

-- גלייכער (רעדן)

מעקעריי מקור

איך געדענק אזא איך האב געזעהן אין די געזעצן (איך געדענק נישט די אידישע ענגלישע אדער העברעישע) אז מעקן איז בלויז ווען אינפארמאציע איז פאלש, אויב האט איר נישט א ידיעה איבער דעם נושא אבער דאך זעהט די אינפארמאציע אויס נישט ריכטיג דאן זאלט איר בעטן א מקור און נישט מעקן.

איר קענט מיר אפשר העלפן טרעפן דעם געזעצץ?

--- גלייכער (רעדן)

איך בין נישט באקאנט מיט אזא געזעץ. טאמער איר האלט אז איך האבט געענדערט בטעות, מערקט אן! --פוילישער 07:49, 3 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

רבי VS הרב

דארט ווי איך האב געשריבן הרב האט איר געשפירט פאר וויכטיג צו פארעכטן און שרייבן רבי אבער דארט ווי איך האב געשריבן רבי האט איר געשפירט פאר וויכטיג צו פארעכטן און שרייבן הרב. איך פרעג שוין נישט פארוואס איר ניצט נישט דעם שמועס בלאט אויף ארטיקלען נאר ליבערשט מעקט איר און עדיט איר אזוי ווי עס וואלט געווען א ראובאט. מיין שאלה איז אפשר קענט איר מיר עדיוקעטן ווען מען שרייבט רבי און ווען מען שרייבט הרב? האט דאס צוטין מיט די וועטער?

---גלייכער (רעדן)

א שטאטס-רב אדער דער רב פון א קהילה רופט מען ״הרב״. --פוילישער 08:12, 3 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]
און וועם רופט מען "רבי"? גלייכער (רעדן)
א רבי פון חסידים אוודאי. א ראש ישיבה. ווער נאך? וואס איז אייער מיינונג? --פוילישער 19:24, 5 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

קאווע שטיבל ארכיוון

איר האט צוריק געשטעלט אין קאווע שטיבל די גאנצע חומר וואס איך האב ארכיווד, ביטע צוריק אויסמעקן. גלייכער (רעדן) 14:40, 7 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

איר האט נאר ארכיווירט ביז יאנואר 2016. די איבעריגע מעלדונגען זענען נאך נישט ארכיווירט. --פוילישער 18:34, 7 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

אומערפארענע באניצער

איך האנדל דא מיט א אומערפארענע באניצער, קענט איר צולייגן א האנט דא? רעדן:עדה החרדית ייש"כ ---גלייכער (רעדן) 14:40, 7 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

בנימין נתניהו

ביטע געבן א קוק ביי בנימין נתניהו און זעה וואס מ'קען טון דארט. אפשר גאר איז מזרחי און גוט זאגער דער זעלבער. --גלייכער (רעדן) 16:32, 15 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

חשיבות

ווען און אויב איר קענט, ביטע ארויסהעלפן איבערזעצן אין אידיש. --גלייכער (רעדן) 22:47, 17 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

זייער גוט!! זעט אויך דעם בלאט װיקיפּעדיע:מערקווערדיג. דערווייל האב איך נישט גענוג צייט, אבער אפשר שפעטער וועט זיך מאכן א געלעגנהייט. --פוילישער 21:34, 20 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]


"The name "Leib

מײַן משפּחה האָט דעם נאָמען טאַקע אױסגעלײגט „ליב.” כ׳װיל אװדאי מיטהאַלטן דעם עכטן אױסלײג פֿון זײַן נאָמען.

אָבער עס קען זײַן אַז דער נאָםען רעדט זיך אַרױס אַנדערש װי „לײב.” איך װײס, אַז מע האָט אים טאַקע גערופֿן „לײבל” - און אַז ער איז געװען אַ לוי, װי דאָס האָט געװײנטלעך אַ שייכות מיטן נאָמען „לײב.” אָבער מעגלעך, אַז דער נאָמען אַלײן האָט זיך בײַ אים פֿאַקטיש אַרױסגערעדט „ליב” (װי אין „ליב האָבן”) אָדער „לײװ.” מיר װײסן נישט װי מ׳האָט דאָס אַרױסגערעדט, װאָלט איך זײער געװאָלט הערן דײַן מײנונג.

יעדנפֿאַלס מוז דער אױסלײג דאָ בלײַבן „ליב.”

Shifra612 (רעדן) 12:49, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Leib איז דער אויסלייג פון דעם יידיש ווארט ״לייב״. טאמער איר האלט אנדערשט דארפט איר ברענגען א באווייז. דער נאמען לוי שרייבט מען נישט Leib נאר Levi אדער Leivi. --פוילישער 13:39, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]


איך מײן אַז דו האָסט מיך נישט פֿאַרשטאַנען. „ליב” איז דער נאָמען װאָס איז געשריבן אױף דעם מענטשנס קבר. ס׳איז זײַן נאָמען. קען איך דיר װײַזן, ס׳איז אַזױ...
אַזױ װי מען האָט אים גערופֿן „לײבל” בײַם לעבן, מײן איך אַז מען האָט אױך „ליב” אַרױסגערעדט גלײַך „לײב” (כאָטש ס׳איז אַנדערש אױסגעלײגט). אָבער איך בין נישט זיכער. עס קען זײַן אַז זײַן פֿולן נאָמען „ליב” האָט מען גאָר אַרױסגערעדט "Lib"/"Lieb" אָדער "Lev". אָבער ס׳איז דאָ אַזאַ מנהג בײַ געװיסע אַז מען רופֿט אָן לויים טאַקע מיטן נאָמען „Leib,” קען עס פֿאָרט זײַן אַז זײַן נאָמען האָט אױך אַזױ געקלונגען.
אָבער נאָך אַ מאָל װײס איך נישט אױף זיכער.
אױב דו האָסט עפּעס מײנונגען װעגן דעם משמעותדיקן אַרױסרעד פֿון זײַן נאָמען בין איך נײַגעריק צו הערן. אָבער שייך צום װיקיפּעדיע־בלאַט מוז מען דעם נאָמען לאָזן שטעלן אַלס „ליב.” Shifra612 (רעדן)
איך פארשטיי גאנץ גוט. די מצבה איז געשריבן אויף העברעאיש, וואו מען ליינט לֵיב אפילו מיט איין יוד. אבער דו ביסט אליין מודה אז מ׳האט אים גערופן לייבל, און דא אין דער וויקיפעדיע שרייבט מען יידיש ווערטער מיטן אויסלייג פון יידיש ד״ה א צירי שרייבט מען צוויי יוד׳ן. דער אמת׳ער אויסלייג איז לייב, נאר אין ישראל היינט שרייבט מען ליב. --פוילישער 18:26, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]
אויך אין די העברעאישע אינצקלופדיע שרייבט מען לויט די העברעאישע כללים, אפילו אויב אויף א מצבה שטייט "לייב" ווען מען אין די העברעאישע אינצקלופעדיע טוישן צו "ליב". --גלייכער (רעדן) 19:53, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

"Americanisher" kneged "americaner"

איך װײס אַז איך האָב אַנדערש־װו געשאַפֿן די דאָזיקע קאָנסטרוקציע מיט אַ מדינה־נאָמען+ דעם נאָמען פֿון אַ בראַנדזשע פֿונעם מיליטער מיט אַן אַנדער פֿאָרמע (דאָרט, װוּ עס רעדטט זיך פֿון אַ ים־פֿלאָט). אָבער כאָטש ס׳איז נישט אױסגעהאַלטן מײן איך אַז בײדע פֿון די פֿאָרמעס װאָס איך האָב גענוצט זײַנען ריכטיק לױט דעם קאָנטעקסט. מע רעדט געװײנטלעך פֿון זײַן אין „דער אַמעריקאַנער אַרמײ” אָבער אין "דעם אַמעריקאַנישן ים־פֿלאָט.” איך מײן אַז דער פאָרמע דעקט זיך מיטן מין סובסטאַנט'װ. אַז מען זוכט אָנװײַזונגען פֿון דעם אױף גוגל, געפֿינט מען אַז דאָס רוב אױסנאַמען פֿון דעם כּלל זײַנען אױף דער יידיש-װיקיפּעדיע אַלײן. בקיצור האַלט איך אַז עס דאַרף בלײַבן „אין דער אמעריקאַנער אַרמײ.” (איז מײַן בלאַט דערװײַל דער אײנציקער עקזעמפּלאַר פֿון „אין דער אַמעריקאַנישער אַרמײ” אױף אינטערנעץ.) Shifra612 (רעדן) 18:24, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

גוט. אז איר האט א באווייז אז מען שרייבט ״אמעריקאנער ארמיי״ זאל עס זיין אזוי. --פוילישער 18:30, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

תיוג

אפשר לתייג כמו בויקיפדיה? מוסטער:א? --גלייכער (רעדן) 21:41, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

יא {{ב}} אדער {{באניצער-לינק}}. ווען איר קוקט אין דער העברעאיש-וויקיפעדיע ביי תבנית:א ווערט די יידיש-ווערסיע געברענגט אונטער ״שפראכן״. --פוילישער 21:53, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

קאווע שטיבל

ארכיווירט ביזן פארגאנגענעם חודש, ולא עד בכלל חוץ די ענגלישע מעלדונגען. איינגעצוימט ארכיוון קעסטל. געשטלעט ארכיוון לינקס. כאפ א בליק. --גלייכער (רעדן) 21:58, 3 סעפטעמבער 2018 (UTC)

כ׳האב צוריקגעשטעלט דעם נאוויגאציע מוסטער, ווייל ער ווערט געניצט אין נאך עטלעכע בלעטער. א ייש״כ פאר אייער ארבעט.--פוילישער 22:25, 3 סעפטעמבער 2018 (UTC)
איך וועל בודק זיין ווי נאך עס ווערט באניצט, די סיבה פון אראפנעמען דעם "קוועטש אהער" איז 2 איינס ווייל עס איז שוין דא העכער דעם א קוועטש אהער (אין די קאווע מוסטער) און צוויי ווייל עס ווערט נישט קלאר אז די "פארברייטערן" מיינט די ארכיוון. --גלייכער (רעדן) 22:32, 3 סעפטעמבער 2018 (UTC)
יא, איך הער. אין אמת׳ן זענען ביידע איבעריג ווייל האט איז דא א צונגל אויבן ״צושטעלן טעמע״.--פוילישער 11:45, 4 סעפטעמבער 2018 (UTC)

א גוטן יאר

לשנה טובה תכתב ותחתם, לאלטר, לחיים טובים ולשלום!
StevenJ81 (רעדן) • כ"ז אלול ה'תשע"ח • 15:17, 7 סעפטעמבער 2018 (UTC)

StevenJ81: אמן וכן למר! א גמר חתימה טובה. --פוילישער 21:18, 11 סעפטעמבער 2018 (UTC)

קענט איר אפשר צוריקשטעלן צו קאר סיט אוו בעטן דעם יעניגער נישט צו באוועגן בלעטער אן שמועסן און באקומען א הסכמה? --גלייכער (רעדן) 04:49, 16 אָקטאָבער 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Editing News #2—2018

14:15, 2 נאוועמבער 2018 (UTC)

פולישער יוד! איפכשטייסט לשון הקודש עברי טייטש???

? וייצמאן (רעדן) 02:07, 12 נאוועמבער 2018 (UTC)

?????

אברהם ראזנטאל

ס'איז נישט ריכטיג. מ'קען נישט טאהן א ראטאציה. דער ערשטער קען גיין, און נאך דעם מ'דארף טאהן א וואלן (אויב ס'איז דא נאר איין מענטש, מ'טאהן וואלן "בעד" אדער "נגד"). דגש חזק (רעדן) 12:12, 12 נאוועמבער 2018 (UTC)

אויב אזוי זייט אזוי גוט און פאררעכט דעם ארטיקל.--פוילישער 13:31, 12 נאוועמבער 2018 (UTC)

Calendar templates

Hi, פוילישער.

I was looking at the monthly calendar templates, and noticed that if one clicks the "month forward" arrows from שבט, one gets to אדר ב', not אדר א'. Going backwards the other way works correctly. Is there a template here like he:תבנית:שנה עברית מעוברת? Using something like that would make it easy to fix. Otherwise we have to do it manually. Thanks.

Not sure. Will see if I can fix it. Thanks for the heads up. --פוילישער 17:44, 17 דעצעמבער 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Re:

Hello. I only want to say many thanks for your welcoming and see you soon.--Je7roi (רעדן) 17:25, 13 יאַנואַר 2019 (UTC)[ענטפֿער]

עס איז דא א יונגער ישראלדיקער באניצער וואס האט פרובירט צו ארבעטן ביי די העברעאישע וויקיפעדיע (און אויך אויף ענגליש), אבער ער ווייסט נישט ווי אזוי ארטיקלען ווערן געשריבן אדער וועלכע טעמעס זענען טאקע וויכטיק (ענציקלאפעדיש). ער אויך איגנארירט אנדערע באניצער וואס ווארנען אים און מסביר זיין וואס ער טוט נישט גוט, ווייל ער מיינט אז ער איז געניט. ער איז בלאָקירט געווארן פון די העברעאישע וויקיפעדיע, און דערום ער פרובירט צו שרייבן ארטיקלען דא. איין פראבלעם איז אז ער ווייסט נישט קיין יידיש, און אנשטאט שרייבט אין דרעקישע ענגליש מיט העברעאישע אותיות. ער האט לפּחות נישט קאַליע געמאַכט ארטיקלען וואס זענען שוין געשריבן אין אמתע יידיש. כאטש אז דאס איז די יידישע וויקיפעדיע, ער וויל אז מען וועט שרייבן צו אים אויף העברעאיש. אויב מעגלעך, ביטע אויסלערנען אים די שפראך און זאגן אים אז ער קען נישט בעטן אז אלעמען וועלן קענען העברעאיש. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 19:41, 17 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

וועלן מיר דארפן זען. א גוטע וואך!--פוילישער 22:04, 18 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

חגא

דאס ווארט "חגא" קלינגט ווי עס באדייט נאר און בלויז א "יום טוב" פון אן אנדערע רעליגיע, אבער די דאזיקע זענען סעקולארע (ציווילע) פייערטעג. אוודאי אז מיר זאלן אונטערשיידן זיי פון די רעליגיעזע פייערטעג. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 06:54, 19 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

יעדער פייערטאג וואס קומט נישט פון יידישן לוח רופט מען א ״חגא״. --פוילישער 07:03, 19 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]
איך פארשטיי. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 07:40, 19 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

יש חומר עליו בעברית לשלוח לך

יש חומר על גינזבורג בעברית לשלוח לך ותתרגם??? ב. ניקיטא פאלי אין סיבה למחוק פוילשטיק. ר' אברהם אהרן גינזבורג (כ"ט באייר ה'תרנ"ו, ט"ו בשבט ה'תש"ב) נולד בוורשא בפולין בבית דתי ציוני לאביו מאיר, בשנת 1924 סיים את לימודי הרפואה.

נישואיו

רעייתו אסתר לבית וואהל מהעיר פשמישל בפולין למדה שפות וספרות בעיר לבוב ואף החלה לכתוב דוקטורט בנושאים אלו. בשנת 1932 נישאו השנים והקימו את ביתם. מיד לאחר מכן יצאו לירח דבש בפלשתינה ארץ ישראל, בני הזוג השתקעו בירושלים ואף הביאו את הוריהם לארץ.

בתחום הרפואה

אברהם אהרון עבד כרופא בבית הזקנים המאוחד בירושלים היה גדול הרופאים בירושלים לפני קום המדינה, הוא היה מראשוני הרופאים הגריאטריים בארץ ושימש כרופאם האישי של אישים בכירים עקב מומחיותו בתחום הרפואי וכן היה רופאו האישי של הראי"ה קוק.

1 יש לך מקור לזה?
2 למה אתה לא כותב ערך עליו בוויקיפדיה העברית? --פוילישער 05:22, 16 יולי 2019 (UTC)[ענטפֿער]

אייראוויזיאן > אייראוויזיע

נארוואס? די קאטעגאריעס זענען געשאפן געווארן אין 2008, און איך האב געשאפן דעם ארטיקל וועגן דער קאנקורס אין 2015. ס'איז מאָדנע אז קיינער האט נישט פארריכטן דער נאמען ביז היינט (כאטש אז "אייראוויזיאן" קלינגט בעסער צו מיר). וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 17:09, 21 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

דו האסט רעכט. א חידוש אז קיינער האט נישט באמערקט ביז היינט. כל טוב! --פוילישער 17:41, 21 מײַ 2019 (UTC)[ענטפֿער]

"סעקעס" אנשטאט סעקס

איך האב אן ענטפער צו דער סעקס/סעקעס "קאנפליקט" (אויב ס'איז א ריכטיקע ווארט): אויב מעגלעך, באשיצן די ווייטערפירונג "סעקעס" און פארמיידן באוועגן דעם ארטיקל צו דער נאמען מיטן פאלשער אויסלייג (ד"ה, אנדערע באניצער זענען נישט דערלויבט צו שאפן א בלאט מיטן קעפל "סעקעס"). אויך קען די ווייטערפירונג ווערן אויסגעמעקט, אבער באשיצט צו פארמיידן די שאפונג. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 18:45, 26 יוני 2019 (UTC)[ענטפֿער]

Editing News #1—July 2019

18:33, 23 יולי 2019 (UTC)

נחמה ליפשיץ

נחמה ליפשיץ (Q4264094)
Lifschitz a groysn dank
no bias — קיין אומוויסנדיק פּרעפֿערענצן — keyn umvisndik preferentsn talk contribs 10:15, 25 יולי 2019 (UTC)[ענטפֿער]

"צאנראד" אדער "ציינראד"

א גוטן אוונט, פוילישער. איך האב געפינט אז אויף דייטשיש, א ראד מיט ציין (gear אדער cogwheel) הייסט א zahnrad (ווערטלעך: "צאָנראָד"). אבער, איך האב איבערגעזעצט "ציינראד" פון העברעאיש ("גלגל שיניים") ווייל "ציין" איז די מערצאל פארעם. ווי אזוי שרייבט מען אויף יידיש? א דאנק. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 20:20, 28 אויגוסט 2019 (UTC)[ענטפֿער]

״ציינראד״. גאנץ מעגלעך אז העברעאיש ״גלגל שיניים״ קומט פון יידיש ״ציינראד״. א גוטן. --פוילישער 21:30, 28 אויגוסט 2019 (UTC)[ענטפֿער]

הרב אבא שאול ובבא אלעזר

פולישער. גימעכאט תמונה, ישר כח

הרב אבא שאול

גימעכט תמונה הרב אבא שאול ישר כח ווייצמאן (רעדן) 10:17, 15 סעפטעמבער 2019 (UTC)

מוסטער

You know, I suppose one way to simplify that page would be to create a specific template for it looking something like this:
{{נישט וויקלען|[[:{{{1}}}:|{{{2|{{#language:{{{1}}}}} ({{{3|{{#language:{{{1}}}|yi}}}}})]]}}

...where {{{1}}} is required and is the project/language code, {{{2}}} is the native name of the language (defaulting to what the magic word #language gives, if we don't have it), and {{{3}}} is the Yiddish name of the language (defaulting to what the magic word gives us with the parameter |yi appended). It would all be wrapped in the "nowrap" template so that no language is ever broken apart. We could try that after the חגים.

כיתבה וחתימה טובה! StevenJ81 (רעדן) • כ"ו אלול ה'תשע"ט • 13:32, 26 סעפטעמבער 2019 (UTC)

That is a brilliant idea, thank you. Yes, let's have a go in few weeks time.

א כתיבה וחתימה טובה פאר א גוט געבענטשט יאר. --פוילישער 14:08, 26 סעפטעמבער 2019 (UTC)

Hi!. Could you kindly respond in your mischelaneous steward request? Thanks. --Base (רעדן) 23:32, 4 אָקטאָבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]

Editing News #2 – Mobile editing and talk pages

11:11, 29 אָקטאָבער 2019 (UTC)

א גרויסן יישר כוח פאר די פאריכטונגען אין יידיש שפראך און גראמער,

אבער פארוואס האט איר אויסגעמעקט די 'שליט"א', און די חשובע ידיעה וועגן די חזירטע קארין גדעון? על כל פנים איך האב ליב יידיש אזוי פיל, און חבר אני לכל אשר ייראוך. וויפל מענטשן, האלט איר, זעען די ארטיקל וועגן עצכ"ח דורך א וואך בערך? קאליקאלעס (רעדן) 19:15, 8 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]

אין וויקיפעדיע שרייבט מען נישט שליט״א. די ״ידיעה״ איז בכלל נישט נוגע די טעמע פונעם ארטיקל. --פוילישער 22:56, 8 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]
וואס איז דער חילוק אז "שליט"א" נישט, און "ז"ל" יא? קאליקאלעס (רעדן) 17:52, 9 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]
אויכעט ז"ל איז נישט כדאי צו שרייבן, און אויב די זעסט אזא זאך מעגסט עס אראפ נעמען. כדי צו וויסן וויפל קוקן אין א ארטיקל זעט "בלאט-אינפארמציע" (אויפן רעכטע זייט פון די ארטיקל). גיברס (רעדן) 18:15, 9 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]

זאג מיר

פארוואס האסטו אויסגעמעקט די חשובע אינפארמאציע וואס כ'האב געשריבן וועגן די ר"מים אין ישיבת חיי משה? איך האב אליין געלערנט דארטן און אלעס וואס כ'האב געשריבן איז אמת ויציב! ביז איינער מיט ליבשאפט צו יידיש קומט שוין שרייבן אין דער טויטע וויקיפעדיע, דו מעקסט אויס? קאליקאלעס (רעדן) 01:45, 16 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]

Editing news 2020 #1 – Discussion tools

19:05, 8 אַפריל 2020 (UTC)

הער שוין אויף!

אפשר הערסטו שוין אויף צוריקצושטעלן מײַנע ענדערונגען אָן אַ פאַרוואָס? --Shad Veyosiv (רעדן) 00:27, 23 אַפריל 2020 (UTC)

אדרבה, אפשר הערסט דו אויף ענדערן הונדערטער ארטיקלען אן א פארוואס? --פוילישער 05:46, 23 אַפריל 2020 (UTC)
גוט, זע איך שוין ווי איר זײַנט מקבל פנים נײַע באַניצער, און נאָך אַזוינע וואָס סטאַרען זיך אויסצובעסערן דעם סײַט אַנשטאָט צוצוגעבן טויזנטע נײַע שטומפן. --Shad Veyosiv (רעדן) 09:21, 23 אַפריל 2020 (UTC)