אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר שלמה שיק"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{רב/אלט
{{רב
|נאמען=אליעזר שלמה שיק
|נאמען=אליעזר שלמה שיק
|בילד=Mohorosh1.jpg
|באשרייבונג=מוהרא"ש זצ"ל
|באשרייבונג=מוהרא"ש זצ"ל
|געבורט דאטע= [[29סטן אפריל]] [[1940]]; [[כ"א ניסן]] [[ה'ת"ש]]
|יידישע געבורט דאטע= [[כ"א אייר]] [[ה'ת"ש]]
|געבורט ארט=
|געבורט ארט=
|פטירה דאטע=[[6טן פעברואר]] 2015; [[י"ז שבט]] [[תשע"ה]]
|יידישע טויט דאטע= [[י"ז שבט]] [[תשע"ה]]
|פטירה ארט=[[מאנהעטן]], [[ניו יארק]]
|פטירה סיבה=
|טעטיקייט ארט=[[יבנאל]]
|טעטיקייט ארט=[[יבנאל]]
|באלאנג=[[ברסלב]]
|באלאנג=[[ברסלב]]
|עסק=[[משפיע]]
|באשעפטיגונג=[[משפיע]]
|אמטן=
|אמטן=
|זיינע רביס=
|זיינע רביס=
שורה 16: שורה 13:
|חיבורים=
|חיבורים=
}}
}}
[[טעקע:Mohorosh1.jpg|קליין]]

ר' '''אליעזר שלמה שיק''' (באַקאַנט אלס '''מוהרא"ש''') ( [[29סטן אפריל]] [[1940]]; [[כ"א ניסן]] [[ה'ת"ש]] - [[6טן פעברואר]] 2015; י"ז שבט תשע"ה) איז געווען א פירער פון א [[ברסלב]]ער אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און א [[משפיע]] פון דעם [[ישוב]] '''[[יבנאל]]''' וואס ווערט גערופן ביי אים עיר [[ברסלב]].
ר' '''אליעזר שלמה שיק''' (באַקאַנט אלס '''מוהרא"ש''') ( [[29סטן מיי]] [[1940]]; [[כ"א אייר]] [[ה'ת"ש]] - [[6טן פעברואר]] 2015; י"ז שבט תשע"ה) איז געווען א פירער פון א [[ברסלב]]ער אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און א [[משפיע]] פון דעם [[ישוב]] '''[[יבנאל]]''' וואס ווערט גערופן ביי אים עיר [[ברסלב]].


ער האט געוואוינט אין [[בארא פארק]] אבער ער האט געהאט אנהענגער אין די צענדליגע טויזנטער איבער דער גארער [[וועלט]] וואס האבן זיך געשוואורן ביי אים אז ער איז געווען אן [[ערליך|ערליכער]] [[איד]] מיט [[העכער]]ע כוחות.
ער האט געוואוינט אין [[בארא פארק]] אבער ער האט געהאט אנהענגער אין די צענדליגע טויזנטער איבער דער גארער [[וועלט]] וואס האבן זיך געשוואורן ביי אים אז ער איז געווען אן [[ערליך|ערליכער]] [[איד]] מיט [[העכער]]ע כוחות.

רעוויזיע ביי 23:53, 16 נאָוועמבער 2019

אליעזר שלמה שיק
מוהרא"ש זצ"ל
געבורט 29 מאי 1940
כ"א אייר ה'ת"ש
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 פעברואר 2015 (אלט 74)
י"ז שבט תשע"ה
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט יבנאל
באלאנג ברסלב
באשעפטיגונג משפיע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ר' אליעזר שלמה שיק (באַקאַנט אלס מוהרא"ש) ( 29סטן מיי 1940; כ"א אייר ה'ת"ש - 6טן פעברואר 2015; י"ז שבט תשע"ה) איז געווען א פירער פון א ברסלבער אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און א משפיע פון דעם ישוב יבנאל וואס ווערט גערופן ביי אים עיר ברסלב.

ער האט געוואוינט אין בארא פארק אבער ער האט געהאט אנהענגער אין די צענדליגע טויזנטער איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך געשוואורן ביי אים אז ער איז געווען אן ערליכער איד מיט העכערע כוחות.

ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי די היימישע קרייזן, אבער זיינע ידיעות און בריוון און זיינע צוגעלאזענע שמועסן האט געצויגן אפילו פרייע איבערהויפט ספרדים וואס טוען זיך אן זיינע קמיעות מיט א בילד פון אים. זיי גלייבן אז דער דאזיקער קייטל אריינגעקריצט א בילד פון זיין הייליקן געזיכט, שיצט זיי פון אלע שלעכט ברוחניות ובגשמיות.

ביאגראפיע

אליעזר שלמה שיק איז געבוירן געווארן כ"א אייר ת"ש אין ירושלים צו זיין פאטער רבי מנחם זאב שיק, טאקייער רב, וואס איז געקומען אין ארץ ישראל פון אונגארן ביים אויסבראך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די משפחה האט זיך שפעטער געצויגן קיין אמעריקע, וואו ער האט געלערנט ביים קאשויער רבין און אין דער תפארת ירושלים ישיבה ביי הרב משה פיינשטיין.

ער האט געהייראט די טאכטער פונעם קאסאנער רבין אין בני ברק.

אין תשע"ה איז ער געווארן זייער קראנק, און ער איז נפטר געווארן ערב שבת י"ז שבט. דעם זעלבן טאג האט מען אים מלוה געווען פון זיין בית מדרש אין בארא פארק, און נאך שבת האט מען אים באערדיגט אין יבנאל.

נאך זיין פטירה האבן א טייל פון זיינע תלמידים אויפגענומען הרב יצחק לעזער ווי זייער רב.

שייכות צו ברסלב

ווינטער תשי"ז, ביי די 16 יאר איז ער געווארן נאנט צום ברסלבער וועג דורך זיך אנקלאפן אין דעם ספר "השתפכות הנפש" און דאס האט אים געברענגט צו פרייליכקייט, תיקון חצות, און התבודדות, און אזוי איז ער געווארן א ברסלבער.

ער איז געווען א בקי אין יעדן ספר וואס האט נאר שייכות צו ברסלב און איינזעהנדיג אז ס'פעהלט ספרים האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן ספרים אנהויבענדיג איבערצודרוקן אלטע און נאכדעם דרוקן נייע ספרים פון זיינע שיעורים בריוון אין סתם התחזקות.

זיייענדיג אין ירושלים אין שול אין ברסלב האט ער אנגעהויבן צו באקומען אסאך מתנגדים זעענדיג אים אלס איינער וואס פארשפרייט ר' נחמנס ספרים לכל בעי, וואס פאר די מתנגדים איז דאס געווען א זלזול אין דעם רעבנס ספרים, אויך האט אויפגעעפנט א חבורה פון זיינע מענטשן וואס פאר די מתנגדים האט עס אויסגעזען ווי א רעביסטעווע. מ'האט איהם גע'רודפ'ט עד חרמה אזוי אז ער איז טאקע אוועק פון דארט אבער בויענדיג אן אייגן געזעלשאפט מיט באשוואוירענע חסידים.

א שטעטל יבנאל מיט 400 משפחות בעיקר בעלי תשובות אדער ספרדישע, הונדערטער טויזנטער קונטרסים און הונדערטער ספרים אלץ איז געווארן אפגעשריבן און אפגעטעיפט, און אזוי ווייטער. געבענדיג זיינע בתי מדרשים א נייע נאמען "היכל הקודש".

זיינע אויפטוען

הרב שיק מיט הרב עובדיה יוסף
  • דער סדר הלימוד פון זאגן אסאך אן פארשטיין האט מוהרא"ש אריינגעברענגט צווישן זיין עולם זאגן און זאגן 18 פרקים משניות וכדומה. זאגנדיג אז דאס איז דער ברסלבער דרך (עיין שיחות הר"ן ע"ו).
  • ווייסע בגדים אום שבת. אין יבנאל גייט דאס גאנצע שטעטל ווייס אנגעטוען שבת, ווייל לויטן זוהר דארף מען אזוי גיין.
  • מ'האט חתונה זייער יונג ווייל אזוי - זאגט מוהרא"ש - קען מען האלטן די בחורים ריין פון שמוץ ביז דעמאלטס, און זיי דארפן זיך נישט פארפאטשקענען.
  • רוב פון זיינע שמועסן זענען בעיקר פון יסודות'דיגע ברסלבער ענינים זייער אראפגעלאזט ווי התבודדות, תיקון חצות, תמימות, שמחה, וכדומה. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס רעדן מער פון העכערע ענינים.
א קמיע פון אים

סאטמאר

די ארונישע צייטונג "דער בלאט" דעקט אים שטארק פאזיטיוו. און צוליב זיינע פארברענטע חסידים וואס לויפן ארום שלעפן מענטשן האט דאס צוגעברענגט אז פילע סאטמאר בעלי שיטה האבן אנגעהויבן צו קומען צו זיינע שיעורים ווי ער פארגעסט נישט נאכצוברענגען פון סאטמאר רב, און אפאר קנאות'דיגע פראזען.

וויליאמסבורג

אין וויליאמסבורג האבן זיי אפגעקויפט א בנין אויף סקילמאן סטריט וואו עס איז פלאצירט געווארן דער שול, די ישיבה תפארת התורה (ר׳ יואל ראטה) ,אין די ת״ת היכל הקודש ברסלב

יבנאל

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יבנאל

עס איז אנטשטאנען א מחלוקת צווישן די מוהרא''ש און די אלטע איינוואונער פון יבנאל צוליב וואס ער האט אהינגעשיקט זיינע מענטשען דארט צו וואונען, און עס האט געבאדערט טייל פון די אלטע איינוואונער.

זעט אויך

וועבלינקען