אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאריז"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 131: שורה 131:


[[טעקע:Louvre_at_night_centered.jpg|קליין|250px|די לואוורע ביינאכט]]
[[טעקע:Louvre_at_night_centered.jpg|קליין|250px|די לואוורע ביינאכט]]
[[טעקע:Paris-Marais-Synagoge-102-2017-gje.jpg|קליין|200px|Synagoge]]
פאריז איז א קולטורעלער צענטער פונעם ערשטן ראנג, מיט מער ווי 210 מוזייען, און אויך ט הויפט צענטער פון מאדע.
פאריז איז א קולטורעלער צענטער פונעם ערשטן ראנג, מיט מער ווי 210 מוזייען, און אויך ט הויפט צענטער פון מאדע.



רעוויזיע ביי 17:00, 11 מײַ 2019

פאַריז
Paris
                    1 פאנאראמע
2 ארק דע טריאמף
3 פאלאץ פון ווערסיי
4 אייפל טורעם
                5 הימל־ליניע פון פאריז
מדינה / טעריטאָריע פראַנקרײך
גרינדונג דאַטע 3טן י"ה פאר דער ציווילער רעכענונג
קאָאָרדינאַטן 48°51′24″N 2°21′03″E / 48.85667°N 2.35083°E / 48.85667; 2.35083קאארדינאטן: 48°51′24″N 2°21′03″E / 48.85667°N 2.35083°E / 48.85667; 2.35083
בירגערמייסטער אן הידאלגא
שטח 105.4 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

2,241,346‏  (שטייענדיג 2014)
21,000 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
paris.fr

פאַריז (פראַנצויזיש: Paris פאַרי) איז די הויפטשטאט פון פראנקרייך. זי איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע נאך לאנדאן, און די 20סטע אין באציאונג איבער דער גארער וועלט. די שטאט פאריז, צווישן אירע אלטע גרענעצן פון 1860, האט א שטח פון 105 קוואדראט ק"מ און א געשאצטע באפעלקערונג פון 2,193,031 (יאנואר 2007). דער סיין טייך פליסט אדורך דעם עלטסטן טייל פון פאריז. ארום פאריז געפינען זיך א סך וועלדער.

פאריז איז געגרינדעט געווארן אינעם 3טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג דורך א קעלטישן פאלק, די פאריזיאי, פון וועמען די שטאט האט איר נאמען. אינעם 12טן יארהונדערט איז פאריז געווען די גרעסטע שטאט אין דער מערב־וועלט, א בליענדיקער האנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פאריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראפע. אינעם 18טן יארהונדערט, איז פאריז געווען די הויפט ארט פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, און זייט דעמאלסט איז פאריז א וויכטיקער צענטער פון פינאנץ, האנדל, מאדע, וויסנשאפט און די קונסטן, און אויך דער צענטער פון פאליטיק און פארקער.

דער פאריזער ראיאן האט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון €612 ביליאן (ריכטיק פאר 2012), וואס איז מער ווי 30 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון גאנץ פראנקרייך, און אזוי ווערט ראנגירט פון די פינף רייכסטע ראיאנען פון אייראפע. פאריז איז דער באנקירן און פינאנץ צענטער פון פראנקרייך, און דארט געפינען זיך די הויפטקווארטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאבאל 500.

אין פאריז געפינט זיך דער מערסט־באזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אנדענקפונקטן אין פאריז שליסן איין דעם נאטרעדאם דע פאריז קאטעדראל און דעם אייפל טורעם. אין 2014 האבן 22.4 מיליאן טוריסטן באזוכט פאריז, די שפיץ פון אלע טוריסטן צילן. פאריז איז אויך באקאנט פאר מאדע און רעסטאראנען. מערסטן פון די הויפט אוניווערסיטעטן אין פראנקרייך געפינען זיך אין פאריז, ווי אויך די צייטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.

פאריז איז א וויכטיקער באן, שאסיי און לופט־טראנספארט קנופ, באדינט דורך די צוויי אינטערנאציאנאלע פליפעלדערף פאריז-שארל דע גאל און פאריז-ארלי. די פאריז מעטרא, וואס האט געעפנט אין 1900, האט א לענג פון 200 ק"מ און באדינט 9 מיליאן פאסאזשירן טאג טעגלעך. פאריז איז דער קנופ פונעם נאציאנאלן שאסיי נעצווערק, און איז ארומגענומען מיט דריי ארום־שאסייען.

דער היינטיקער בירגערמייסטער פון פאריז איז אן הידאלגא, געוויילט צום אמט דעם 5טן אפריל 2014. זי איז די ערשטע פרוי צו זיין בירגערמייסטער פון פאריז.

היסטאריע

עטימאלאגיע

דער נאמען "פאריז" שטאמט פון די אמאליגע איינוואוינער, דער קעלטישער שבט די פאריזיאי.

פאריז ווערט אפט גערופן "די ליכטיקע שטאָט" (La Ville Lumière), סיי צוליב זיין פירנדער ראלע ווערנט דער אויפקלערונג, סיי ווייל פאריז איז געווען פון די ערשטע אייראפעאישע שטעט וואס האבן אריינגעשטעלט גאז-גאס באלייכטונג. אין די 1860ער יארן זענען די בולעווארן און גאסן פון פאריז געווארן באלייכטעט מיט 56,000 גאז לאמפן.

די איינוואוינער פון פאריז רופט מען "פאריזער" (אויף פראנצויזיש Parisiens).

מיטל-אלטער

במשך דער הונדערט-יעריגער מלחמה, האט ענגלאנד געהערשט איבער פאריז פון 1420 ביז 1437


אין 1789 האט די פראנצויזישע רעוואלוציע אנגעהויבן אין פאריז. פאריז איז געווען די הויפטשטאט פון דער פראנצויזישע אימפעריער וואס נאפאלעאן האט אויפגעשטעלט אין 1804. אין יאר 1814 האט רוסלאנד באזיגט פאריז .

מאדערנע תקופה

אין 1871 האט פרייסן גענומען פאריז.

ביז 1901 איז די באפעלקערונג פון פאריז געוואקסן צו 2,715,000. א סך קינסטלער האבן זיך באזעצט אין פאריז, צווישן זיי פיקאסא און מאטיס. פאריז איז געווען דער געבורטארט פון פאוויזם, קוביזם און אבסטראקטע קונסט.

ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה, איז פאריז געווען א שטיק צייט דער פראנט. צווישן 600 און א טויזנט פאריזער טאקסיס האבן געשפילט א ראלע אין דער מלחמה ווען זיי האבן געפירט 6,000 זעלנער צום פראנט ביים ערשטן קאמף פונעם מאַרן. די שטאט פאריז איז באמבארדירט געווארן דורך צעפעלינען. אין די יארן נאך דער מלחמה האט פאריז געצויגן שרייבער, מוזיקאנטן און קינסטלער פון ארום דער וועלט, צווישן זיי ערנעסט העמינגוויי, איגאר סטראווינסקי, זשאסעפין בייקער און דער מאלער סאלוואדאר דאלי.

זייט זיין באפרייאונט פון נאצי דייטשלאנד אין 1944 דורך די אליאירטע קראפטן איז פאריז געבליבן די פרייע הויפטשטאט פון פראנקרייך.

דעם 25סטן מערץ 1977 איז זשאק שיראק געווארן דער ערשטער געוויילטער בירגערמייסטער פון פאריז זייט 1789.

דעם 13טן נאוועמבער 2015 זענען דערמארדעט געווארן אין פאריז מער ווי 120 מענטשן אין א ריי טעראר־אטאקעס.

געאגראפיע

פאנאראמע פון פאריז פאריז געפינט זיך אין צפון־צענטראל פראנקרייך, 450 ק״מ דרום־מזרח פון לאנדאן, 287 ק״מ דרום פון קאלע, 306 ק״מ דרום־מערב פון בריסל, 774 ק״מ צפון פון מארסיי, 385 ק״מ צפון־מערב פון נאנט און 135 ק״מ צפון־מזרח פון רוען. פאריז ליגט אויפן סיין טייך און שליסט איין צוויי אינזלען.

אין דער שטח פון דער שטאט געפינען זיך עטלעכע בערגלעך, וואס דאס העכסטע פון זיי איז מאנמארטרע, הויך 129 מעטער.

פאריז האט א שטח פון 105.4 קוואדראט ק״מ. טין פארגלייך איז ירושלים גרויס 125 קוואדראט ק״מ, ניו יארק 786 קוואדראט ק״מ, און גרויסלאנדאן 1587 קוואדראט ק״מ. דער גרעסטער דיסטאנץ פון מזרח ביז מערב איז 18 ק״מ.

עקאנאמיע

דער פאריזער ראיאן איז פראנקרייכס פרעמיערער צענטער פון עקאנאמישער טעטיקייט, מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין 2012 פון €624 ביליאן (US$687 ביליאן). באפעלקערונג האט פאריז 18.8% פון גאנץ מעטראליטאנעם פראנקרייך, אבער ברוטא אינלענדישן פראדוקט האט פאריז 30% פונעם גאנצן לאנד.

פאריז איז די צווייטע טייערסטע שטאט אין דער וועלט. די אנדערע טייערסטע שטעט אין אייראפע זענען אסלא, ציריך, גענף און קאפנהאגן.

באשעפטיקונג

לויטן צענזוס פון 2011, איז 59.0 פראצענט פון דער ארבעטסקראפט אינעם פאריזער מעטראפאליטאנער שטח אין האנדל, טראנספארטאציע און מארק דינסטן; 26.8 פראצענט האבן געארבעט אין בילדונג און אנדערע קהלישע דינסטן; 8.6 פראצענט האבן געארבעט אין פאבריקאציע, מינעריי און עפנטלעכע נוציקייטן; 5.3 פראצענט האבן געארבעט אין קאנסטרוקציע; און 0.3 פראצענט האבן געארבעט אין לאנדווירטשאפט.

איינקונפטן

דער דורכשניטלעכער נעטא הויזגעזינד־איינקונפט (נאך ביישטייערונגען פאר געזונט און פענסיע) אין פאריז איז געווען €36,085 פאר 2011. ער האט געגרייכט פון €22,095 אינעם 19טן אראנדיסמאנט צו €82,449 אינעם 7טן אראנדיסמאנט.

טוריזם

אין פאריז געפינען זיך א סך אנקוק־ערטער וואס אינטערעסירן טוריסטן. א טייל פון זיי זענען:

  • דער אייפל טורעם איז דער בארימסטער ארט אין פאריז, געבויט אין 1889 דורך גוסטאוו אייפל מיט 6,300 טאן אייזן — דאס הייסט מיט 18,000 שטיקער אייזן און 2.5 מיליאן ניטעס. מיט א הייך פון 300 מעטער, איז ער געווען א לאנגע צייט דער העכסטער טורעם אין דער גארער וועלט . מער ווי 6 מיליאן מענטשן באזוכן אים יעדע יאר.
  • די לואוורע איז א מוזיי מיט בארימטע אלטע קונסטווערק, ווי למשל די מאנא ליסע און דער ווענוס דע מילא. די געביידע האט מען געבויט אלס וואוינונג ארט פאר די מלכים פון פראנקרייך. די לואוורע איז דער דריטער גרעסטער מוזיי אין דער וועלט, מיט 60,000 קוואדראט מעטער פון ווייז־ארט.[1] ער איז דער מערסט באזוכטער קונסט־מוזיי אין דער וועלט וואס העכער פון 5 מיליאן מענטשן באזוכן אים יעדע יאר.
  • דער מוזיי ד'ארסע וואס איז אמאל געווען א באן סטאנציע איז היינט א קונסט־מוזיי. די קונסט אין מוזיי ד'ארסע איז פון די יארן 1848 ביז 1915. דאס איז נייער ווי די קונסט אין דער לואוורע.
  • דער מולען רוזש איז א קאבארע וואס האט געעפנט אין 1889. און געפינט זיך אין מאנמארטרע.
  • די שאמפס-עליזע איז אפשר די מערסט בארימטע גאס אין פאריז, און פון די מערסט בארימט אין דער וועלט. זי איז פיל מיט ערטער וואו איינצוקויפן און עסן. ביי איין עק פון דער שאמפס־עליזע געפינט זיך דער ארק דע טריאמף.
  • דער נאטרעדאם דע פאריז איז א הויפט גאטישער קאטעדראל, און געפינט זיך אין "איל דע לא סיטע".

האטעלן

אין 2013 זענען געווען אין פאריז 1570 האטעלן מיט 70,034 צימערן. 55 פון די האטעלן זענען אויפן ראנג פון פינף שטערן.


טראנספארט

די פאריזער מעטרא סיסטעם איז געבויט געווארן אין 1900 דורך אענזשעניר פולזשאנס ביענוועניו און ארכיטעקט העקטאר גימאנד. דער מעטרא צייט זיך 215 ק״מ מיט 300 סטאנציעס‏[2] און 16 ליניעס. דער מעטרא באדינט מער ווי 6 מיליאן באוואוינערהאון טוריסטן יעדן טאג. יעדע געביידע אין פאריז געפינט זיך נישט מער ווי 500 מעטער פון א מעטרא סטאנציע.

בילדונג

פאריז איז דער מערסט געבילדעטער דעפארטמענט אין גאנץ פראנקרייך. בערך 40 פראצענט פון די באוואוינער האבן א דיפלאם. אינעם 12טן יארהונדערט איז געגרינדעט געווארן דער אוניווערסיטעט פון פאריז, באקאנט ווי דער סארבאן. אין 1970 האט מען אים צעטיילט אין 13 אויטאנאמישע אוניווערסיטעטן.

קולטור

די לואוורע ביינאכט
Synagoge

פאריז איז א קולטורעלער צענטער פונעם ערשטן ראנג, מיט מער ווי 210 מוזייען, און אויך ט הויפט צענטער פון מאדע.

ביבליאטעקן

פאריז פארמאגט א סך עפנטלעכע ביבליאטעקן. די מאזארין ביבליאטעק אין פאריז, וואס האט געעפנט אין 1643, איז די עלטסטע עפנטלעכע ביבליאטעק אין גאנץ פראנקרייך.

באקאנטע זינגער פון פאריז

פייערטעג

דער גרעסטער פייערטאג אין פאריז איז באסטיל טאג, דעם 14טן יולי, ווען די ארמיי פירט א פאראד אויף די שאמפס עליזע.

רעפערענצן

  1. דער מעטראפאליטאנער מוזיי פון קונסט אין ניו יארק, און דער הערמיטאזש מוזיי אין פעטערבורג זענען גרעסער.
  2. Statistiques Syndicat des transports d'Île-de-France rapport 2005 (pdf) (פראנצויזיש). דערגרייכט דעם ‏19טן אויגוסט 2011.