אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 18: שורה 18:


== די ארטיגע קהילות ==
== די ארטיגע קהילות ==
קרית יואל האט א ריזן [[בית מדרש]], פון די גרעסטע אין אמעריקע, וואס ווערט גערופן "בית המדרש הגדול", אדער "די גרויסן", וואס ווערט גערעכנט אלס הויפטקווארטיר פון רבי אהרן'ס קהילה, און וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין געבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל "דברי הימים" דורך דעם באגאבנטן שרייבער הרב [[שמואל שלמה טעללער]].
קרית יואל האט א ריזן [[בית מדרש]], פון די גרעסטע אין אמעריקע, וואס ווערט גערופן "בית המדרש הגדול", אדער "די גרויסן", וואס ווערט גערעכנט אלס הויפטקווארטיר פון רבי אהרן'ס קהילה, און וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין געבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל "דברי הימים" דורך דעם באגאבנטן שרייבער הרב [[שמואל שלמה טעללער]], און זיין שותף הרב יצחק מיטטעלמאן.


במשך פון צען יאר זייט [[ה'תשס"ה]] האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך 14 גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט. די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן, ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט פאר שיעורי תורה בחברותא.
במשך פון צען יאר זייט [[ה'תשס"ה]] האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך 14 גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט. די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן, ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט פאר שיעורי תורה בחברותא.

רעוויזיע ביי 08:39, 7 פֿעברואַר 2019

פלאצירן מאפע פון קרית יואל
קרית יואל בית החיים פון די לופטן...

קרית יואל (ענגליש: Kiryas Joel) איז אן אייגערנארטן שטעטל מיט א ספעציעלן חן, געגרינדעט דורכן סאטמארער רבין רבינו יואל טייטלבוים זי"ע אין פאלם טרי, אָפּסטעיט ניו יאָרק.

עס וואוינען דארט היינט צוטאגס אריבער זעקס טויזנט פאמיליעס. לויטן אמעריקאנישן צענזוס פון 2017 די צאל פון די איינוואוינערס ווערט אפגעשאצט פאר אריבער פיר און צוואנציג טויזנט נפשות (24,155). דער רב איז דער סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער הרה"צ רבי משה טייטלבוים בעל הברך משה זי"ע אלס "מרא דאתרא" (אפיציעלער שטאטס רב) אין יאר תשמ"ה [1985]. א חלק פון שטאט קערן זיך אן צו זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל צילוב פערזענליכע סיבות, ער האט אבער די מאיאריטעט, און זיינע קאנדידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן, די לעצטע וואלן האט ר' אברהם ווידער דער בירגערמייסטער וואס איז געלאפן מיט די שטיצע פון די אהרוינים געהאט באלד 4,000 שטימען און הרב באנדא ע"ה וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2000 שטימען.

עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל ארום 100 בתי מדרשים, רוב געהערן פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע קרייזן און הויפן ווי למשל טאהש ספינקא, תולדות אהרן און ברסלב.

דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער די הנהגה פון רבי אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא מוסדות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער אלגעמיינער חינוך סיסטעם פון דער שטאט, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון בני יואל און די קהילה און בתי מדרשים זענען נישט אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים. אלע האלטן זיך פאר סאטמאר.

עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז א מערהייט פון די איינוואוינער קערן זיך אן צו רבי אהרןס קהלה (זיי ווערן אנגערופן אין דער וועלט אהרונים), און א קלענערע צאל קערן זיך אן צו רבי זלמן לייב (זיי ווערן אנגערופן זאליס). אויך זענען פארהאן א צאל בני יואל, וואס געהערן נישט צו קיין שום רבי, אדער צום ביישפיל, טאהש, ברעסלאוו, תולדות אהרן, און ספרדישע אידן.

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשל"ז [1977], און האט א זעלבסטעשטענדיגן לעגאלן שטאטראט. די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און 4 ווילעדזש קוראטארן, וואס ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען. דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער איז אברהם ווידער און די פיר קוראטארן זענען מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא; אלע זענען שטיצער פון רבי אהרן טייטלבוים.

מייסטנס גאסן פונעם שטאט ווערן פאריפן אויף שטעט און דערפער פון דעם אלטן היים ווי עס האבן אמאל עקזיסטירט גרויסע רבנישע הויפן, מיט א חלק וואס ווערן געריפן אויפן שטעט פון ארץ ישראל, און געציילטע וואס טראגן נאך זייער ארגינעלן נאמען פון פאר די שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן.

אינעם יאר 2018 איז געשלאסן געווארן אן אפמאך מיטן שכינות'דיגן מאנרא זיך אפצוטיילן און גרינדן אן אייגענעם טאון מיטן נאמען פאלם טרי (על שמו פונעם עקזיסטירנדן רבי'ן רבי אהרן טייטלבוי"ם) און ביי די וויילן האבן אריבער 80% וויילער געשטימט זיך אפצוטיילן פון מאנרא ווערנדיג דערמיט די ערשטע חסידישע טאון אינעם אמעריקאנעם היסטאריע.

די ארטיגע קהילות

קרית יואל האט א ריזן בית מדרש, פון די גרעסטע אין אמעריקע, וואס ווערט גערופן "בית המדרש הגדול", אדער "די גרויסן", וואס ווערט גערעכנט אלס הויפטקווארטיר פון רבי אהרן'ס קהילה, און וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין געבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל "דברי הימים" דורך דעם באגאבנטן שרייבער הרב שמואל שלמה טעללער, און זיין שותף הרב יצחק מיטטעלמאן.

במשך פון צען יאר זייט ה'תשס"ה האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך 14 גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט. די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן, ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט פאר שיעורי תורה בחברותא.

די בתי מדרשים זענען, ביהמ"ד ישמח משה אויף שכינת ברך משה מיט ארום 500 מתפללים, ביהמ"ד אבני צדק אין שכינת עצי תמרים מיט ארום 400 מתפללים, אוהל פיגא מיט ארום 300 מתפללים, ביהמ"ד ברך משה, ביהמ"ד בית מרדכי אינטערן זאל פון כינור דוד, ביהמ"ד בית דוב, ביהמ"ד קדושת יו"ט, ביהמ"ד רב טוב, ביהמ"ד בית שמואל בנימין נדבת הרבני הנגיד יעקב זוסמאן סופר, און נאך עטליכע לענגאויס דעם שטאט.

די קהלה פון רבי זלמן לייב טייטלבוים טוט אויך פארמאגן געציילטע בתי מדרשים לענגאויס דער שטאט, און צוגאב צו נאך עטליכע פריוואטע בתי מדרשים וואס געהערן פאר אנהענגער פון זיין קהילה. ווי אויך טוען זיי פארמאגן מוסדות התורה מיט בערך פינעף און א האלב טויזנט קינדער וואס לערנען אין עטליכע פראכטפולע בנינים ביי די גרעניצן פונעם שטעטל.

אין קרית יואל געפונען זיך אויכעט עטליכע בתי מדרשים פון דער בני יואלער קהילה.

קרית יואל זשורנאל

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קרית יואל זשורנאל

דער קרית יואל זשורנאל איז א בלעטל וואס קומט אן יעדן פרייטאג צו אלע איינוואוינער אויף דער פאסט, פריי אן אפצאל.

קרית יואל וואכנשריפט

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קרית יואל וואכנשריפט


דער קרית יואל וואכנשריפט איז א בלעטל וואס קומט אן אויף פאסט איטליכער וואך צו אלע איינוואוינער פריי פון אפצאל.

וועבלינקען