אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין נתניהו"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
מ רעדאַקטירונגען פֿון ארם נהריימי ארם צובאי דמשקאי חלבי צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון גוט גיזאגט
טאַג: צוריקדריי
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Portrait of Benjamin Netanyahu.jpg|קליין|250px|בִּיבִּי נְתַּנְיַהוּ, סעפטעמבער 2009]]
[[טעקע:Portrait of Benjamin Netanyahu.jpg|קליין|250px|בִּיבִּי נְתַּנְיַהוּ, סעפטעמבער 2009]]


'''בִּנְיַמִין ״ביבי״ נְתַּנְיָהוּ''', איז דער פרעמיער מיניסטער פון [[מדינת ישראל]].
'''בנימין ״ביבי״ נְתַּנְיָהוּ''', איז דער פרעמיער מיניסטער פון [[מדינת ישראל]].


ער איז ערשט דערוויילט געווארן פרעמיער מיניסטער אין 1996 (ביז 1999), און ווידערדערוויילט אין [[2009]], און אין [[2013]], און אין [[2015]].
ער איז ערשט דערוויילט געווארן פרעמיער מיניסטער אין 1996 (ביז 1999), און ווידערדערוויילט אין [[2009]], און אין [[2013]], און אין [[2015]].
שורה 42: שורה 42:


== משפחה ==
== משפחה ==
נתניהו האט געהייראט [[ד"ר]] מיקי מרים וייסמן אין [[1972]] אין [[באסטאן]], וואו ביידע האבן שטודירט. זיי האבן איין טאכטער, [[נועה]], וואס איז געווארן א בעלת תשובה, און האט געהייראט [[הרב דניאל ראט]]{{הערה| עיתון [[ישראל היום]] 12.2.2015}} קורץ נאך דער טאכטער'ס געבורט אין [[1979]] האבן זיי זיך גע'גט.
נתניהו האט געהייראט [[ד"ר]] מיקי מרים ווייסמאן אין [[1972]] אין [[באסטאן]], וואו ביידע האבן שטודירט. זיי האבן איין טאכטער, נועה, וואס איז געווארן א בעלת תשובה, און האט געהייראט הרב דניאל ראט{{הערה| עיתון ישראל היום 12.2.2015}} קורץ נאך דער טאכטער'ס געבורט אין [[1979]] האבן זיי זיך גע'גט.


בזיווג שני ([[1981]]–[[1984]]) האט ער געהייראט פלאר קייטס, א בריטישע פרוי, וואס האט זיך מגייר געווען ביי די קאנסערוואטיוון כדי חתונה צו האבן.
בזיווג שני ([[1981]]–[[1984]]) האט ער געהייראט פלאר קייטס, א בריטישע פרוי, וואס האט זיך מגייר געווען ביי די קאנסערוואטיוון כדי חתונה צו האבן.


אין יאר [[1991]] האט ער חתונה געהאט צום דריטן מאל מיט שרה בן ארצי{{הערה| . זי איז געווען שרה דער שבאב, און געארבעט בייַ [[אל על]], און נתניהו גאַט איר שוואַנגער און האט צו חתונה איר (בוך, ביבי, מי אתה אדוני ראש הממשלה?, מו"ל העיתונאית, '''רונית ורדי''', [[כתר]] [[1997]], בוך, נתניהו הדרך אל הכוח, מו"ל '''בן כספית''' און '''אילן כפיר''', [[אלפא]] [[1997]])}}. טאכטער פון שמואל און חוה בן ארצי. מיט זיין ווייב שרה נתניהו האט ער צוויי קינדער, אבנר און יאיר.
אין יאר [[1991]] האט ער חתונה געהאט צום דריטן מאל מיט שרה בן ארצי{{הערה| . זי איז געווען שרה, און געארבעט בייַ אל על, און נתניהו גאַט איר שוואַנגער און האט צו חתונה איר (בוך, ביבי, מי אתה אדוני ראש הממשלה?, מו"ל העיתונאית, '''רונית ורדי''', [[כתר]] [[1997]], בוך, נתניהו הדרך אל הכוח, מו"ל '''בן כספית''' און '''אילן כפיר''', [[אלפא]] [[1997]])}}. טאכטער פון שמואל און חוה בן ארצי. מיט זיין ווייב שרה נתניהו האט ער צוויי קינדער, אבנר און יאיר.


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

רעוויזיע ביי 23:57, 4 נאָוועמבער 2018

בִּיבִּי נְתַּנְיַהוּ, סעפטעמבער 2009

בנימין ״ביבי״ נְתַּנְיָהוּ, איז דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.

ער איז ערשט דערוויילט געווארן פרעמיער מיניסטער אין 1996 (ביז 1999), און ווידערדערוויילט אין 2009, און אין 2013, און אין 2015.

ער איז דער ברודער פון יונתן נתניהו, דער אפיציר וואס איז אומגעקאמען, ביי דער ענטעבע אפעראציע אין 1976.

ער האט געדינט אלס זעלנער אין סיירת מטכל, ווי זיין ברודער האט געדינט, ער האט נאכדעם געלערנט אין די פאראייניקטע שטאטן.

יונגווייז און ערשטע טריט

נתניהו איז געבוירן אין תל אביב, דער וואקסן און געלערנט אין ירושלים און אין פילאדעלפיע. ער איז דער צוויטער זון פון צווישן דריי קינדער פון צילה און פראפ' בנציון (נפטר געווארן ח' אייר תשע"ב) נתניהו (מיליקאווסקי). נתניהו האָט געזאָגט עטלעכע מאָל אַז זיין משפּחה שטאמען די תלמידים פֿונעם ווילנער גאון און זיין זון רבי אברהם ווילנער.

ארום די יארן 1960 איז די משפחה געוועזן צומאל אין ישראל און צומאל אין אמעריקע. אין די יארן 1963 - 1967, האט די משפחה געוואוינט אין אמעריקע אין טשעלטנהאם און פֿילאדעלפֿיע. דארטן האט נתניהו געלערנט אין הויכשולע, און געוועזן א מיטגליד אינעם דעבאטירן קלוב.

אין מיליטער

ווי ער האט געענדיקט הויכשולע, האט זיך נתניהו אומגעקערט קיין ארה"ק צו דינען אין מיליטער. אין מיליטער איז ער געווען א קריג סאלדאט און א גענעראל אין סיירת מטכ"ל. אין דעם סיירת האט ער גענומען א טייל אין געהוילטע אפעראציעס, אין דעם 8טן מיי 1972 האט ער א טייל גענומען אין דער אפעראציע ווען א פליגער פון "סאבענא" איז פארכאפט געווארן דורך רוצחים פון לוד עראפארט. די אפעראציע האט געפירט אהוד ברק, וואס איז דעמאלטס געווען דער גענעראל פון דעם סיירת. נתניהו איז פארוואונדעט געווארן אין דער אפעראציע, פון א שאס וואס איז ארויס שלא בכוונה פון זיין חבר'ס ביקס.

אין יאר 1972 האט ער געענדיקט צו דינען אין צה"ל מיט דעם טיטל אפיציר.

שטודירן אין אמעריקע

נאכן מיליטער, האט ער זיך אומגעקערט אין אמעריקע. און שטודירט דארטן פאר אן ערשטן דיפלאם אין ארכיטעקטור און א צווייטן דיפלאם אין האנדל. די טיטלען האט ער באקומען אין MIT. דערנאך האט ער געלערנט פאליטישע וויסנשאפט אין הארווארד אוניווערסיטעט. אין יענער תקופה האט ער אויכעט געארבט אין דער ביזנעס עצות פירמע "באסטאן קאנסולטירן גרופע". אין יענער תקופה האט ער געטוישט זיין משפחה נאמען צו "ניתאי" (מיט דעם נאמען האט זיין טאטע געפלעגט זיך אונטער חתמענען אויף ארטיקלען וואס ער האט געשריבן). יארן שפעטער, אין א אינטערוויו צו דער טעלעוויזיע, האט ער ערקלערט, אז ער האט דאס געטון כדי עס זאל זיין גרינגער פאר מענטשן אין דעם געגנט וואס רעדן נישט קיין העברעיש אויסצודרוקן זיין נאמען.

וןען ס'האט אויס געפלאצט דער יום כיפור קריג אין יאר 1973 איז ער צוריק געקומען קיין ישראל אטייל צו נעמען אין דעם קריג. און ווען ס'האט זיך געענדיקט האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע.

אין יאר 1976, האט ער פארלארן זיין ברודער יונתן (יוני) נתניהו, וואס איז געהרגעט געווארן אין דער ענטעבע אפעראציע אלס גענעראל אין סיירת מטכ"ל.

אין ישראל

נאך ווען ער האט געענדיקט שטודירן אין 1977 האט ער זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל און געארבעט אלס פארקויפן דירעקטער פון דער מעבל קאמפעני "רים".

אין די יארן 1978 - 1980 האט ער אויכעט געפירט אן ארגאניזאציע אונטער דעם נאמען "מכון יונתן צו אויס פארשטן די טעראר" וואס האט איינגעארדנט עטלעכע אינטערנאציאנאלע קאנגרעסן וועגן דעם סוביעקט פון טעראר. דארטן האט ער זיך ערקענט מיט אפאר פאליטיקאנטן, איינער פון זיי איז געווען דער מיניסטער משה ארענס וואס האט אים מקרב געווען, ער האט אים אריין געברענגט אין פאליטיק און האט אים רעקאמענדירט צו דינען אלס א דיפלאמאט פון ישראל אין וואשינגטאן. דעם פאסט האט ער געהאלטן אין די יארן 1982 - 1984.

אין די יארן 1984 - 1988 איז ער געוועזן אמבאסאדאר פון ישראל אין די פאראייניקטע פעלקער און ער האט זיך ארויס געוויזן מיט זיין אויס געצייכנטע אינטערוויוס צו דער וועלטלעכער טעלעוויזיע. אין 1996 איז ער געווארן צום ערשטן מאל פרעמיער מיניסטער פון ישראל.

אין זיין תקופה ווי פינאנץ מיניסטער האט די ישראל רעגירונג פארקויפט עטלעכע רעגירונג געזעלשאפטן צו ווערן פובליקע געזעלשאפטן. אין 2003 האט מען ארויסגעלאזט די אקציעס פון אל על אויף דער בערזע.


אין 2007 האט משה פייגלין קאנדידירט קעגן אים פאר דער פירערשאפט פון דער ליכוד פארטיי, אבער נתניהו האט אים געזיגט. אין די כנסת וואלן 2009 איז ליכוד געווען די צווייטע גרעסטע פארטיי; צוזאמען מיט אנדערע רעכטע פארטייען האט נתניהו צוזאמענגעשטעלט א קאאליציע. ביי די כנסת וואלן 2013 איז נתניהו געווארן דער צווייטער מענטש צו ווערן געוויילט פרעמיער מיניסטער פון ישראל א דריט מאל (נאך דוד בן גוריון).

משפחה

נתניהו האט געהייראט ד"ר מיקי מרים ווייסמאן אין 1972 אין באסטאן, וואו ביידע האבן שטודירט. זיי האבן איין טאכטער, נועה, וואס איז געווארן א בעלת תשובה, און האט געהייראט הרב דניאל ראט‏[1] קורץ נאך דער טאכטער'ס געבורט אין 1979 האבן זיי זיך גע'גט.

בזיווג שני (19811984) האט ער געהייראט פלאר קייטס, א בריטישע פרוי, וואס האט זיך מגייר געווען ביי די קאנסערוואטיוון כדי חתונה צו האבן.

אין יאר 1991 האט ער חתונה געהאט צום דריטן מאל מיט שרה בן ארצי‏[2]. טאכטער פון שמואל און חוה בן ארצי. מיט זיין ווייב שרה נתניהו האט ער צוויי קינדער, אבנר און יאיר.

רעפערענצן

  1. עיתון ישראל היום 12.2.2015
  2. . זי איז געווען שרה, און געארבעט בייַ אל על, און נתניהו גאַט איר שוואַנגער און האט צו חתונה איר (בוך, ביבי, מי אתה אדוני ראש הממשלה?, מו"ל העיתונאית, רונית ורדי, כתר 1997, בוך, נתניהו הדרך אל הכוח, מו"ל בן כספית און אילן כפיר, אלפא 1997)
פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-) ישראל