אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא שמעלצער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10: שורה 10:
זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.
זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.


אום [[ה' אלול]] [[ה'תשנ"ח]] האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין [[עירמאנט]], וואו ער האט געבויעט א שול, אבער אין אפריל 2018, האט ער געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן. און אפגע׳[[גט]] זייַן ווייב.
אום [[ה' אלול]] [[ה'תשנ"ח]] האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין [[עירמאנט]], וואו ער האט געבויעט א שול, אבער אין אפריל 2018, האט ער געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן. און געוואלט אפ׳[[גט]] זייַן ווייב.


אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען ״גאט בענטש אמעריקע״ ( א יידישע ווערסיע פון "[[God Bless America]]") אין [[ברוקלין בארא זאל]] ביי דער איינשווערונג פון ניי יארק ציווילער ריכטער [[רחל פרייער]], די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.<ref>{{cite web|url=http://www.timesofisrael.com/first-hasidic-woman-judge-sworn-in-with-yiddish-song/|title=First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song|first=Renee|last=Ghert-Zand
אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען ״גאט בענטש אמעריקע״ ( א יידישע ווערסיע פון "[[God Bless America]]") אין [[ברוקלין בארא זאל]] ביי דער איינשווערונג פון ניי יארק ציווילער ריכטער [[רחל פרייער]], די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.<ref>{{cite web|url=http://www.timesofisrael.com/first-hasidic-woman-judge-sworn-in-with-yiddish-song/|title=First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song|first=Renee|last=Ghert-Zand

רעוויזיע ביי 03:43, 24 אויגוסט 2018

ליפא שמעלצער

אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח) איז מפורסם אין דער יודישער געמיינדע. ער איז א זינגער, אקטיאר, מאדעל, בדחן, אימפּראַוויזיער. ער איז שטארק פאפולער צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן.

מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער.

ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי״ם, א שטייגער ווי: הרב יוסף שלום אלישיב, הרב עובדיה יוסף, דער טאהשער רבי, און הרב אברהם יוסף ראזענבלום, מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט.

ביאגראפיע

ליפא איז געבוירן ח' אדר שני ה'תשל"ח צו ר׳ ראובן שמעלצער, א סקווערער חסיד, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן. זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.

אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין עירמאנט, וואו ער האט געבויעט א שול, אבער אין אפריל 2018, האט ער געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן. און געוואלט אפ׳גט'ן זייַן ווייב.

אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען ״גאט בענטש אמעריקע״ ( א יידישע ווערסיע פון "God Bless America") אין ברוקלין בארא זאל ביי דער איינשווערונג פון ניי יארק ציווילער ריכטער רחל פרייער, די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.[1]

מאָדעלינג

ליפא שמעלצער פלעגט זיין פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט; אבער ער האט דאס פארלוירן, נאך וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.

שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. שפעטער האט מען איינגעזען אז די רבנים זענען געווען גערעכט.

מיטן מאקאווער רבין

ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, ישראל, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב, און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן, זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות, צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט. נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא'ס לעבן.

זיין שייכות צו סקווער

שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר׳ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט״א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס ׳בדחנא דמלכא׳ ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות׳ן פון דעם רבין׳ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א״י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: ״אב הרחמן שמע קולינו״ און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות.

ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליך גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשן.

אלבאמען

  • נאר בשמחה (1999)
  • שמע (2000)
  • לטובה (2001)
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך (2003)
  • לעילא ולעילא (2004)
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע) (2005)
  • לקרוא את ההלל (2007)
  • נעקסט פראיעקט x
  • א פשוטער יוד (2008)
  • נאנ-סטאפ (2009)
  • מעומקא דליפא (2010)
  • 24/6 (2011)
  • לייבי לנצח
  • מקור חכמה (סינגל)
  • אמונה (2012)
  • דאס פינטעלע איד (2013)
  • בי פאזעטיוו (2015)

נאטיצן

קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס אלבום[2]

  1. Ghert-Zand, Renee (‏22טן דעצעמבער 2016). First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song. The Times of Israel. דערגרייכט דעם ‏26טן דעצעמבער 2016.
  2. ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]


וועבלינקען