אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי צבי לאבין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 34: שורה 34:
[[קאַטעגאָריע:זידיטשוב]]
[[קאַטעגאָריע:זידיטשוב]]
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]

רעוויזיע ביי 18:33, 24 יולי 2018

כ"ק מרן אדמו"ר נפתלי צבי לאבין פון זידיטשוב

רבי נפתלי צבי לאַבין (ה'תרע"ו -ט' אדר ה'תשס"ט) איז געווען דער זידיטשויווער רבי אין אמעריקע.

ר' נפתלי צבי איז געבוירן תמוז תרע"ו אין קאלאמיי, גאליציע, דער בכור פון זיין פאטער רבי אלכסנדר יוסף ליפא פון זידיטשויוו און זיין מוטער הינדא. זיי האבן געצויגן קיין בערעגסאז, דארט האט ער געלערנט ביים "חקל יצחק" פון ספינקא, וואס האט אים געגעבן היתר הוראה. אלס קינד האט ער זוכה געווען צו זיין ביים בעלזער רב, רבי אהרן רוקח און ביים אמרי אמת פון גער. ער איז געווען אין דער חבורה פונעם "שומר אמונים" רבי, ר' אהרן ראטה. זיין פעטער דער מאַקאָווער רבי איז געווען דער שווער פונעם בעלזער רב ר' אהרן.

בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סאטמאר. שפעטער איז ער אנטלאפן קיין דעזש וואו ער האט געלערנט מיט רבי משה יהושע האגער דער היינטיגער וויזשיניצער רבי.

נאך דער מלחמה איז ער געווארן א דיין אין דער קהילה שארית הפליטה וואס דער קלויזענבערגער רב האט אויפגעשטעלט.

פון תש"י (בערך) ביז תשכ"ט האט ער געוואוינט אין לאנדאן, ענגלאנד. נאכדעם האט ער געוואוינט צוויי יאר אין מאנטרעאל, קאנאדע ביז אין יאר תשל"א האט ער געצויגן קיין וויליאמסבורג, ניו יארק סיטי.


זיינע קינדער:

ר' נפתלי צבי איז נפטר געווארן דאנערשטאג ט' אדר תשס"ט און איז נטמן געווארן אין דעם קרית יואל בית עולם לעבן דעם סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים.

רעפערענצן