אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה בלוי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
וויקיזירט
שורה 12: שורה 12:
*"על חומותיך ירושלים" - אויטאביאגראפיע.
*"על חומותיך ירושלים" - אויטאביאגראפיע.


== דרויסנדיגע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקען ==
אין דאס אידישע ווארט: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50141&st=&pgnum=34<nowiki/>{{גרונטסארטיר:בלוי, משה}}
* [http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50141&st=&pgnum=34 הרב ר׳ משה בלוי זצ״ל], פון מנחם הכהן, ״דאס אידישע ווארט״, תשרי תשנ״ז



{{גרונטסארטיר:בלוי, משה}}
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית]]
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית]]
[[קאַטעגאָריע:אגודת ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:אגודת ישראל]]

רעוויזיע ביי 22:24, 14 מײַ 2017

רבי משה אורי בלוי (י"ט כסלו ה'תרמ"ה/27סטן נאוועמבער 1885, ירושלים - ח' סיון ה'תש"ו/7טן יוני 1946, מעסינע, איטאליע) איז געווען א פירער פון דער עדה החרדית אין מירושלים, פון די הויפטן פון אגודת ישראל אין ארץ ישראל, און דער רעדאקטאר פון דער חרדישער צייטונג קול ישראל.

לעבנסגעשיכטע

משה אורי בלוי איז געווען דער בכור פון הרב שלמה יצחק בלוי און זיין ווייב אסתר שיינא (שיינדל) א טאכטער פון הרב ישעיהו אורנשטיין, דער פינפטער דור אין ירושלים פון א משפחה וואס איז ארויף אין ארץ-ישראל סוף פונעם 18טן יארהונדערט. ביי די תר"פ ראיאטן האט משה בלוי געוואוינט אין וויטנבערג הויז אינעם מוסולמענישן פערטל.

ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד רבקה זיסל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יעקב אורנשטיין, דער מנהל ישיבת אהל משה וואס רבי יהושע לייב דיסקין האט געגרינדעט. נאך זיין שווערס פטירה האט זיין זיידער ר' ישעיהו אורנשטיין געגעבן אים דאס פירן די ישיבה. ער איז געווען א תלמיד או דער הויפט העלפער פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד, דער פירער פון דער עדה החרדית אין ירושלים איידער די מדינה איז געווארן אויפגעשטעלט. פון ה'תרפ"ד איז ער געווען דער דירעקטאר פון דעם ירושלים צענטער פון אגודת ישראל, און ער איז אויך געווען א מיטגליד אין דעם וועלט וועד הפועל פון דער באוועגונג.

אין די 30ער יארן, נאך ווען זיין יונגערער ברודער עמרם בלוי האט פארלאזט די צעירי אגודת ישראל און האט אויפגעשטעלט מיט אהרן קאצנעלנבויגן די נטורי קרתא, האט משה איבערגענומען פון אים די רעדאקטארשאפט פון "קול ישראל", די צייטשריפט פון אגודת ישראל.

זיינע שריפטן

  • "עמודא דנהורא" - ביאגראפיע פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד
  • "על חומותיך ירושלים" - אויטאביאגראפיע.

דרויסנדיגע לינקען