אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב לייזער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 46: שורה 46:
<ref name="shemayisroel">[http://chareidi.shemayisrael.com/archives5760/chaysoro/features.htm רבי יענקל לייזער—א יאר נאך זיין פטירה] {{לינקשפראך|ענגליש}}</ref>
<ref name="shemayisroel">[http://chareidi.shemayisrael.com/archives5760/chaysoro/features.htm רבי יענקל לייזער—א יאר נאך זיין פטירה] {{לינקשפראך|ענגליש}}</ref>
}}
}}

ויסנדיגע לינקס


אידישע ווארט: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50156&st=&pgnum=29<nowiki/>{{סעריע|
אידישע ווארט: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50156&st=&pgnum=29<nowiki/>{{סעריע|

רעוויזיע ביי 22:08, 14 מײַ 2017

רבי יעקב לייזער פון פשעווארסק־אנטווערפן

הר"ר יעקב לייזער (ו' טבת ה'תרס"ו - כ"ז מרחשון ה'תשנ"ט) (אדער ר' יענקעלע ווי ער איז גערופן געווארן בלשון חיבה) איז געווען דער צווייטער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן.

אפשטאם

ר' יעקב איז געבוירן ו' טבת ה'תרס"ו צו ר' דוד יצחק, א שינאווער חסיד, און פעסל תרצה, אין דעם דערפל רויג וואס געפינט זיך נישט ווייט פון רימאנאוו, וועסט־גאליציע (היינט פוילן).

ביאגראפיע

ר' דוד יצחק האט זיך געצויגן מיט זיין משפחה קיין יאשליסק וואו דארט האט ר' יענקעלע געלערנט ביי די ארטיגע רבנים, רבי אפרים דוד האלבערשטאם און נאך.

נאך דער בר־מצוה אין יאר תרע"ט האט ר' יאנקעלע אנגעהויבן לערנען אין דוקלע, אין דער ישיבה פון רבי דוד טעוולי, א חשובער טשארטקאווער חסיד. אין דער ישיבה האבן געלערנט ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צוקונפטיגער קלויזנבורגער רבי, און ר' פינחס הירשפרונג, שפעטער רב אין מאנטרעאל און נאך עילויים.[1]

אבער בעיקר איז ער געווען א תלמיד פון ר' חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב.. און יאר ה'תר"צ איז ער א חתן געווארן צו הרבנית אלטע בינא, די טאכטער פון ר' איציקל, דער פשעווארסקער רבי, און האט חתונה געהאט פינף יאר שפעטער. נאך דער חתונה איז ער געגאנגען וואוינען ביי זיין שווער.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה זענען זיי פארשיקט געווארן קיין סיביר. נאך דער מלחמה זענען זיי צוריק געקומען קיין פוילן און ר' יענקעלע האט זיך באזעצט אין ברעסלוי וואו ער האט געדינט אלץ מנהיג, וואו ער האט געפסקענט שווערע שאלות פון נאך די מלחמה, מייסטענס שאלות עגונה. נאך אנדערט האלב יאר איז ער געפארן וואוינען ביי זיין שווער אין קראקע, און אום חנוכה ה'תש"ט האבן זיי זיך געצויגן קיין פאריז, און פון דארטן האבן זיי זיך אום כ' אדר א' ה'תשי"ז פלאצירט און אנטווערפן.

רבנות

אלס בחור (ביז צו דער חתונה) צוויען די יארן ה'תרצ"א - ה'תרצ"ו איז ער געווען רב אין יאשליסק. נאך דער פטירה פון זיין שווער ר' ר' איציקל אין יאר ה'תשל"ז, האט מען אים אויפגענומען אלץ ממלא מקום צו ווערן פשעווארסקער רבי. ער האט געפירט די רעביסטעווע אין דעם פשעווארסקער ביהמ"ד אויף מערקאטאר־גאס אין אנטווערפן.

הסתלקות

ר' יענקעלע איז נפטר געווארן ז"ך מרחשון. ער ליגט אין דעם בית החיים אין פיטע, האלאנד.

פאמיליע

ער האט געהאט דריי קינדער:

ספרים

  • י"ג אורות ב"כ, מעשיות פון פריערדיגע צדיקים (ח"א בית צאנז: צאנז שינאווא ועוד. ח"ב ליזענסק, ראפשיץ ועוד), ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל ר' יוסף נפתלי וואגשאהל.
  • כתבי קודש ג"כ, א ליקוט פון זיינע בריוון, ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל נפתלי אלימלך רייך.
  • זכות אבות - א ליקוט פון חידושי תורה.

שיעורים

ר' יענקעלע פלעגט זאגן שיעורים אויף חומש רש"י, פרקי אבות, עין יעקב און סיפורי צדיקים. אויך האט ער אנדערט האלב יאר געזאגט תורה פרייטאג צו נאכטס. רוב שיעורים זענען היינט שוין רעקארדירט.

ס'איז דא א גרופע מענטשן אונטערן נאמען זכות אבות וואס געבן זיך אפ מיט אפדריקן די שיעורים, וואו אויך נעמען זיי צאם מנהגים לבית פשעווארסק און זיי געבן ארויס קונטרסים לויט די חדשים.

רעפערענץ

אידישע ווארט: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50156&st=&pgnum=29

פֿריערדיגער:
הרה"צ משה יצחק געווירצמאן זצוק"ל
אדמורי"ם פון פשעווארסק
תשל"ז - תשנ"ט
"י"ג אורות"
נאָכפֿאלגער:
כ"ק אדמו"ר רבי לייבוש מפשעווארסק שליט"א.