אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שיכון סקווירא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געטוישט ליגענט
אריינגעברענגט טעקסט פון סקווירא (הויף)
שורה 29: שורה 29:
אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, [[משולם זושא פון האניפאלי|אניפאלי]], [[דוב בער פון מעזריטש|מעזריטש]], [[יעקב יוסף פון פולנאה|פולנאה]], [[טיטיעוו]].
אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, [[משולם זושא פון האניפאלי|אניפאלי]], [[דוב בער פון מעזריטש|מעזריטש]], [[יעקב יוסף פון פולנאה|פולנאה]], [[טיטיעוו]].


== שבת אין סקווירא ==
די ערשטע וואך, ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן, איז נישט געווען קיין מנין שבת, מען האט געמוזט ברענגען מנין פון דערנעבענדיגן [[מאנסי]]. נאך שבת ווען מ'האט עס פארציילט פארן סקווערער רבי׳ן ז"ל האט ער געגעבן א דריק אויס: אז פון יעצט און ווייטער וועט נישט זיין קיין איין שבת אין סקווירא אן קיין געסט! אפילו אין גאר שווערע מצבים, צום ביישפיל אין תשע"ג ביים [[הוראגאן סענדי]], איז אין גאנץ שיכון סקווירא נישט געווען קיין עלעקטעריע, אבער איבער א מנין געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת.

ממש יעדע וואך קומען אין סקווירא אויף שבת קבוצות פון ישיבות און אנדערע. עס איז דא א באזונדערער "מפעל הכנסת אורחים" וואס פלאצירט די אורחים.


== וועלטלעכע געשטאלטן ==
== וועלטלעכע געשטאלטן ==

רעוויזיע ביי 16:14, 24 יאַנואַר 2017

שילד פון ניי סקווער

שיכון סקווירא, אדער ניו סקווער, (ענגליש: New Square) איז באקאנט אלס דאס ערשטע חסידישע שטעטל אין אמעריקע. עס איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער תשי"ז, דורך רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא זצוק"ל. דאס שטעטל באשטייט פון סקווערער חסידים, היינט צו טאגס ווערט דאס געפירט דורך זיין זון, האדמו"ר רבי דוד מסקווירא שליט"א און איז באקאנט הויפטזעכליך מיט איר אטמאספערע פון ערליכקייט און חסידישן חן.

דאס שטעטל געפונט זיך אין דער דיסטריקט פון ראמאפא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק. צפון פון הילקרעסט, מזרח פון וואיאלע, דרום פון ניו העמפסטעד און מערב פון ניו סיטי.

ביים 2010 צענזוס האט ניו סקווער געהאט א באפעלקערונג פון 6,944.[1]


דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי יוסף ישראל אייזנבערגער. און די חברי בד"ץ - הגאון ר' שלום פאללאק, הגאון ר' זאב נחום גאלדמינצער. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג.

דער היינטיגער מעיאר פון ניו סקווער, איז ישראל משה שפיטצער.

א העלפט פון תושבי שיכון סקווירא, זענען בני תורה, א שיינעם חלק האבן 'הוראה', און פון די צוועלף כוללים פונעם סקווערן שטעטל, זענען שוין אויסגעוואקסן גאר חשובע גדולי עולם.

די גאסן פונעם שטעטל

די נעמען פון די ערשטע גאסן, זענען געווארן גערופן אויף די נעמען פון אמעריקאנער פרעזידענטן, לשלומה של מלכות. די הויפט גאס פונעם שטעטל איז וואשינגטאן עוועניו, און פון דעם קען מען זיך דרייען צו זשעקסאן עוועניו, וואס פון דארט קומט מען אן קיין טאפט לעין, און ווייטער ווידער קיין וואשינגטאן, וואו מ'קען פארן קיין אייזנהאוער, אדער טרומאן און דזשעפערסאן עוועניו, וואס איז דער צענטער פונעם סקווערן הויף, שול, און חצר פונעם רבי'ן, און אנדערע ציבורישע בנינים, און ביי דער ענדער גאס געפונט זיך דער שאפינג צענטער. פון וואשינגטאן ווייטער קען מען אריינגיין צו לינקאלן עוועניו, וואס פירט אויך קיין רוזעוועלט [וואס ביים ענדע גאס איז די בית החיים] און פון דארט קיין אדאמס לעין, אדער דורך לינקאלן קיין מאנראו לעין. - דאס זענען די גאנץ עלצטע גאסן, ביים גרינדונג פונעם שטעטל.

שפעטער, אין די תש"מ יארן, איז צוגעבויעט געווארן נייע גאסן, ווי ווילסאן אונטער אייזנהאוער, קליוולאנד און העריסאן און ביוקענען, דורך דזשעקסאן עוועניו, וואס זענען רעגירונגס-געבויעטע פאמיליע הייזער. מיט צען יאר דערויף, אין די תש"נ יארן, האט די ווילעדש אליינס געבויט א גאנץ נייע געגנט פון גאסן, ארום די אלטע גאסן, און אונטער וואשינגטאן און לינקאלן - אדאמס, איז אויפגעבויעט געווארן, בוש, קלינטאן, רעגן, און סוף די גאסן טרומאן און אייזנהאוער, איז געבויעט געווארן גארפילד עוועניו.

צען יארן דערויף, אין די תש"ס יארן, האט מען אנגעהויבן פריש בויען א רייע מיט גאנץ נייע גאסן - נעבן די פריערדיגע נייע גאסן, אבער זיי זענען שוין מיט אידיש-הייליגע נעמען. צווישן אדאמס און רעגן, איז אליק, וואס דארט איז אויך די מיידל שולע, און חתונה זאל. נעבן קלינטאן און בוש, איז קאריץ און שטערן(אין אנדענק פון א גרויסער נדבן - ר' חיים און זיין זון אברהם שטערן ז"ל), ווי דארט געפונט זיך די קאמפלעקס פונעם חדר. און ווידער צווישן רוזעוועלט און גארפילד, האט מען צוגעבויעט אוסטראה, זיטאמיר, בארדיטשוב, אוסטילע.

אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, אניפאלי, מעזריטש, פולנאה, טיטיעוו.

שבת אין סקווירא

די ערשטע וואך, ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן, איז נישט געווען קיין מנין שבת, מען האט געמוזט ברענגען מנין פון דערנעבענדיגן מאנסי. נאך שבת ווען מ'האט עס פארציילט פארן סקווערער רבי׳ן ז"ל האט ער געגעבן א דריק אויס: אז פון יעצט און ווייטער וועט נישט זיין קיין איין שבת אין סקווירא אן קיין געסט! אפילו אין גאר שווערע מצבים, צום ביישפיל אין תשע"ג ביים הוראגאן סענדי, איז אין גאנץ שיכון סקווירא נישט געווען קיין עלעקטעריע, אבער איבער א מנין געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת.

ממש יעדע וואך קומען אין סקווירא אויף שבת קבוצות פון ישיבות און אנדערע. עס איז דא א באזונדערער "מפעל הכנסת אורחים" וואס פלאצירט די אורחים.

וועלטלעכע געשטאלטן

די סקווערער מוסדות החינוך, ישיבה און וועלט בארימטע צען כוללים, האבן אין איר היסטאריע גאר חשובע תלמידים, וואס זענען היינט פון די גאר חשובע פערזענליכקייטן אינעם היינטיגן דור.

  • דער היינטיגער מאכניווקער רבי - ר' יושע'לע רוקח איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה.
  • דער סקאליער רבי - ר' רפאל גאלדשטיין, איז א תלמיד ישיבה פון סקווירא.
  • ר' מענדל האגער - וויזניצער רבי פון 'מרכז וויזניץ' אין ב"ב, איז א תלמיד פון סקווערער ישיבה.
  • ר' דוד קוויאט - בעל 'ברכת דוד', פון די ערשטע תושבים אין שטעטל.
  • ר' יעקב יצחק גארדאן, מחבר ספרי פרדס יצחק, מהר"ם שיף המבואר, איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה און כולל.
  • רבי געציל פריעד, משפיע און מנהל פון טעלזער ישיבה אין 'אהאיא קליוולאנד' איז א תלמיד פון דער סקווערער כולל.
  • הגאון ר' מנחם און זיין ברודער ר' אברהם סעקולע, 'סאדאוונע' רבנים אין בארא פארק.
  • ר' יודל ניישלאס - מו"ץ בעדה החרדית ירושלים, מיט זיין ברודער ר' ירמי', סערדאהעלי רב אין ב"ב.
  • ר' יושע לייפער - הרב מטעמשוואר, און נשיא מכון 'עוז והדר' העולמי.

געוועזענע כלי קודש

דער ערשטער רב אין שיכון סקווירא, איז געווען הרב משה ניישלאס - סערדאהעלער רב. נאך אים, הרב שמואל זלמן אפרים אונגאר.

די געוועזענע ראשי ישיבה פון דער סקווערער ישיבה ומתיבתא זענען: ר' משה גרין, ר' אברהם חיים ברים און ר' דוב מאיר קרויזער. ווי אויך האט געדינט הרב אברהם שאר אלץ די סקווירא ראש ישיבה

דער היינטיגער חרדישער לאנדאנער רב, הרב אפרים פאדווא, איז געווען דער דיין און ראש הכולל פונעם סקווערער שטיבל אין אייראפע, און פון די נאנטע חסידים.

באַקאַנטע פיגורן

באַקאַנטע פיגורן, ארױס צוקוּמען פֿון דעם שטעטל זענען:

וועלטליכע אנשטאלטן

תורה אנשטאלטן

אינעם שיכון, געפונט זיך די הויפט באזע פון א נעץ פעולות פון פארשידענע תורה וצדקה אנטשטאלטן איבער דער גארער וועלט.

ווי צום ביישפיל:

  • שארית לפנחס העולמי - תמיכה למסיימי חלקי שו"ע וסוגיות הש"ס.
  • קופת מאמר מרדכי - תמיכה וביגוד לעניי ארץ ישראל.
  • מכון משכנות יעקב - לחקר תולדות החסידות ומורשת טשערנאביל, והצלת קברי קדושים ברוסיא ופולין.

תושבים פון סקווירא אמאל און היינט

ווען ר' יעקב יוסף מסקווירא האט געגרידענט דאס שטעטל איז נאך נישט געווען אזוי קלאר פאר וועם מ'בויעט דאס שטעטל, און וואס איז די ציל פון שטעטל. מיט די יארן איז קלאר געווארן די אויבענדערמאנטע, קודם האט געקענט אהין ציען יעדער ערליכער איד אפילו א ליטווישער, ווי לאנג ער פירט זיך ערליך.

לדוגמא הרב דוד קיוואט, דער מחבר פון ספר סוכת דוד, איז געווען פון די ערשטע תושבים, און הרב משה טארים א סאטמארער קנאי, איז געווען דער דרדקי מלמד. הרב שמואל חיים ראובן וואגשהאל א גאליציאנער צאנזער חסיד., יעדער ערליכער איד האט געפינען זיין פלאץ, דער רבי ר' יעקב יוסף האט כסדר געבעטן אידן קומטס ווינען ביי אונז אין שטעטל, אויך אידן וואס האבן געהאט א ווייט שייכות מיט אים, אויבערלענדער אידן אדער גאליציאנער אידן און פיל פון זיירע קינדער זענען געווראן אינגאנצען אסימילירט אין סקווירא, אדער זיך אוועקגעצויגען,

מיט דער צייט איז געווארן אז יעדער איינוואוינער דארף אננעמען די סקווירא מנהגים, האט דאס אומבאקוועם געמאכט אט די אידן וואס זייער יוחס איז פון א שטארקער מסורה, פארוואס דארף איך מוותר זיין פון מיין אפשטאם, און אננעמען מנהגים וואס איז פרעמד פון אוקריינע, דאס האט גורם געווען אז פיל משפחות האבן זיך ארויסגצויגען, אדער זיך מגייר געווען און געטוישט זייער מסורה און מנהגים מבית אבותם, אין די צייטן פונעם היינטיגן רבי׳ן האט מען כסדר צוגעלייגט תקנות וואס איז חל אויף יעדן תושב וואס איז נישט געווען פון אנהויב אן, און דאס האט גורם געווען עגמת נפש פאר ביידע צדדים,

פארשידענע זאכן האט מען כסדר צוגעלייגט ווי למשל אז מ׳קען נישט ארויסשיקן תלמידים צו אנדערע מקומות גיין לערנען, אדער שידוכים מוז מען טוען נאר פון סקווירא.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Profile of General Population and Housing Characteristics: 2010 Demographic Profile Data (DP-1): New Square village, New York. U.S. Census Bureau, American Factfinder. דערגרייכט דעם 3טן פעברואר 2012.


וועבלינק

41°8′23″N 74°1′42″W / 41.13972°N 74.02833°W / 41.13972; -74.02833פרמטרים בלתי־תקינים הועברו לפונקציה {{#coordinates:}}