אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאל-אינזלען"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "Channel Islands"
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 20:05, 23 נאָוועמבער 2016

די קאַנאַל־אינזלען (Norman: Îles d'la Manche, French: Îles Anglo-Normandes or Îles de la Manche[note 1]) זענען אן  ארכיפעלאג אינעם ענגלישן קאנאל, לעבן דעם בארטן פון נארמאנדי אין פראנקרייך. זיי שליסן איין צוויי קרוין אפהענגיקייטן: די וואזנעשאפט פון דזשערזי, וואס באשטייט פון דזשערזי, דער גרעסטער אינזל; און די וואזנעשאפט פון גערנזי, וואס באשטייט פון גערנזי, אלדערני, סארק און עטלעכע קלענערע אינזלען. זיי זענען וואס איז איבערגעבליבן פון דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי. זיי זענען נישט קיין טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך,[1] כאטש עס איז פאראנטווארטלעך פאר פארטיידיקונג און אינטערנאציאנאלע באציונגען פון די אינזלען.[2] די קרוין אפהענגיקייטן זענען נישט מיטגלידער פון דער  קאמאנוועלט און אויך נישט פון דער  אייראפעאישער עקאנאמישער געמיינדע.

די אינזלען האבן א סך־הכול באפעלקערונג פון בערך 168,000; די הויפטשטעט פון די צוויי וואזנעשאפטן, סאנט העליער און סאנט פיטער פארט, האבן 33,500 און 16,488, איינוואוינער. די אינזלען באדעקן א שטח פון 198 ק״מ2.

געאגראפיע

די קאנאל־אינזלען און דער שכנותדיקער בארטן פון פראנקרייך.

די אינזלען זענען די איינציגע בריטישע טעריטאָריעס צו זיין איינגענומען דורך דער דייַטשער אַרמיי ביי דער  צווייטער וועלט מלחמה.

די דייטשע אקופאציע אין די יארן 1940–45 איז געווען הארב: מער ווי 2,000 באוואוינער זענען געווארן דעפארטירט דורך די דייטשן,[3] און טייל יידן האבן זיי געשיקט אין קאצעטן.

פאליטיק

עקאנאמיע

טוריזם איז די הויפט אינדוסטריע אין די קלענערע אינזלען, אויך א ביסל לאנדווירטשאפט. דזשערזי און גערנזי אבער זענען געווארן הויפט פינאנציעלע צענטערס.

ביידע וואזנעשאפטן געבן ארויס זייערע אייגענע באנקנאטן און מטבעות.


[מקור פארלאנגט]

Notes

מוסטער:Reflist

References

מוסטער:Reflist

  1. Royal.gov.uk. Royal.gov.uk. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 21 September 2012. דערגרייכט דעם 4 October 2012.
  2. Fact sheet on the UK’s relationship with the Crown Dependencies. דערגרייכט דעם 14 February 2016. “HM Government is responsible for the defence and international relations of the Islands.”
  3. The German Occupation of the Channel Islands, Cruikshank, Oxford 1975 ISBN 0-19-285087-3