אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלחנן היילפרין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 18: שורה 18:
* מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי [[מנחם נחום טווערסקי (בני ברק)|מנחם נחום טווערסקי]], [[טשערנאבל]]ער רבי אין [[בני ברק]]
* מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי [[מנחם נחום טווערסקי (בני ברק)|מנחם נחום טווערסקי]], [[טשערנאבל]]ער רבי אין [[בני ברק]]
* הרב יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין [[רמות]], [[ירושלים]]. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
* הרב יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין [[רמות]], [[ירושלים]]. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
* מרת חנה, דאס ווייב פון הרב [[שמעון לעמבערגער]], רב פון [[קרית אתא]] און מאקאווער רב
* מרת חנה שפרינצא , דאס ווייב פון הרב [[שמעון לעמבערגער]], רב פון [[קרית אתא]] און מאקאווער רב
* מרת לאה, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, [[נאדווארנא (הויף)|נאדווארנער]] רבי פון [[חיפה]]
* מרת לאה, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, [[נאדווארנא (הויף)|נאדווארנער]] רבי פון [[חיפה]]
* הרב ישראל שמואל דוד נחום היילפרין (געב' תש"ח), רב אין ביהמ"ד בית אלחנן  [[הענדאן]], [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. איידעם ביי הרב צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.
* הרב ישראל שמואל דוד נחום היילפרין (געב' תש"ח), רב אין ביהמ"ד בית אלחנן  [[הענדאן]], [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. איידעם ביי הרב צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.

רעוויזיע ביי 12:00, 1 סעפּטעמבער 2016

הרב אלחנן היילפרין (כ"ה כסלו ה'תרפ"ב - כ"ט שבט ה'תשע"ה) איז געווען גאב"ד ראדומישלא, רב פונעם ביהמ"ד "בית שמואל" אין גאלדערס גרין און דער נשיא פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן.

לעבנסגעשיכטע

הרב אלחנן היילפרין איז געבוירן א' חנוכה תרפ"ב אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי (היינט סלאוואקיי), צו זיין פאטער הרב דוד היילפרין, דאבשיצער רב, און זיין מוטער מינדל, א טאכטער פון הרב שמואל ענגיל פון ראדאמישל און קאשוי. אין קאשוי איז ער געווארן נאענט צום סטראפקאווער רבי'ן.

ער איז געקומען אין לאנדאן, ענגלאנד אין תרצ"ט, וואו ער איז געווען א הויז בחור ביים שאצער רבי'ן. ער האט חתונה געהאט מיט הענא חיה, די טאכטער פון ר' נחום לידזערווסקי, און אלעקסאנדער חסיד.

אין אלול תש"ב האט ער זיך געצויגן קיין גאלדערס גרין, וואו ער האט געעפנט זיין בית מדרש "בית שמואל" וואס איז היינט פון די גרעסטע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין.

אין תש"ך האט ער געגרינדעם די "פרדס הויז שולע" אויפן נאמען פון הרב אברהם ישכר הלוי פרדס, אב"ד פון דענקאוו, פוילן.

ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "שיחתן של עבדי אבות" וואס ברענגט אסאך רבישע עובדות.

טבת תשע"ה איז ער געווארן קראנק אין די נירן, און כ"ט שבט איז ער נפטר געווארן אין לאנדאן. מ'האט אים געפירט אין ארץ ישראל צו קבורה אין הר הזיתים.‏[1]

משפחה

רבי אלחנן היילפרין און זיין ווייב הענא חיה האבן געהאט פינף זין און פיר טעכטער:‏[2]

  • מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבלער רבי אין בני ברק
  • הרב יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין רמות, ירושלים. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
  • מרת חנה שפרינצא , דאס ווייב פון הרב שמעון לעמבערגער, רב פון קרית אתא און מאקאווער רב
  • מרת לאה, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, נאדווארנער רבי פון חיפה
  • הרב ישראל שמואל דוד נחום היילפרין (געב' תש"ח), רב אין ביהמ"ד בית אלחנן  הענדאן, לאנדאן, ענגלאנד. איידעם ביי הרב צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.
  • מרת רבקה (געב' תש"ט), דאס ווייב פון הרב יוסף משה שניאורסאן, טשעבינער ראש ישיבה
  • הרב חיים אהרן צבי היילפרין, רב דביהמ"ד דברי חיים לאנדאן. איידעם ביי הרב מנחם מענדיל שנייבאלג פון מאנטשעסטער.
  • הרב שלום יוסף היילפרין, גאב"ד ראדומישלא אין ניו יארק
  • הרב משה יהודה דוב היילפרין, גאב"ד ראדומישלא, ממלא מקום אין זיין פאטער'ס בית המדרש בית שמואל, לאנדאן. איידעם ביי רבי משה חיים בראנסדארפער, ראש כולל פונעם גאלדערס גרינער כולל.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. אהרן יונג, ‏פטירה פון רבי אלחנן היילפרין, אויף JDN וועבזייטל, כ"ט שבט תשע"ה (אויף העברעיש)
  2. "המודיע", ז' אדר תשע"ה