אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מלכות יהודה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 12: שורה 12:
אין יאר [[ה'תש"ח]] (1,871 יאר נאכ'ן חורבן בית שני) האבן א גרויסער טייל יידן וואס שטאמען פון [[שבט יהודה]] אויפגעשטעלט אין [[ארץ ישראל]] אן אייגענע און זעלבסטשטענדיגע [[מדינה]] מיט דער הסכמה פון די '[[פאראייניגטע פעלקער]]'. אבער דערווייל זענען נאך די גרעניצן נישט ענדגילטיג באשטעטיגט און אנערקענט געווארן און זיי זענען נאך פארמישט אין פארשידענע אמפערייען מיט ארומיגע שכנים און מיט פילע אראבער וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. אזוי אויך האבן זיי נישט געבויעט דער דריטער [[בית המקדש]].
אין יאר [[ה'תש"ח]] (1,871 יאר נאכ'ן חורבן בית שני) האבן א גרויסער טייל יידן וואס שטאמען פון [[שבט יהודה]] אויפגעשטעלט אין [[ארץ ישראל]] אן אייגענע און זעלבסטשטענדיגע [[מדינה]] מיט דער הסכמה פון די '[[פאראייניגטע פעלקער]]'. אבער דערווייל זענען נאך די גרעניצן נישט ענדגילטיג באשטעטיגט און אנערקענט געווארן און זיי זענען נאך פארמישט אין פארשידענע אמפערייען מיט ארומיגע שכנים און מיט פילע אראבער וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. אזוי אויך האבן זיי נישט געבויעט דער דריטער [[בית המקדש]].


דער [[רמב"ם]] שרייבט אז די פולקאמע צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט מצליח זיין צו איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי באזיגן, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער יידישע מדינה אין ארץ ישראל איז א [[גאולה]].
דער [[רמב"ם]] שרייבט אז די פולקאמע צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט מצליח זיין צו איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי באזיגן, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער יידישע מדינה אין [[ארץ ישראל]] איז דער ווידער אויפבוי פון מלכות יהודה און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.


היינט זיינען דא פארשידענע דעות צו מען דארף בויען דער דריטער בית המקדש און שטעלן [[סנהדרין]] אדער נישט. אבער דערווייל איז עס נישט נוגע ווייל אין די יעצטיגע אומשטענדן איז אוממעגליך צו בויען דער בית המקדש. די אראבער זיצן אויפן [[הר הבית]] אויף גאר א שטארקן פארנעם, געאגראפיש און פאליטיש, זיי זענען דארט גאר שטארק אקטיוו, קוים וואס מען קען זיך ערלויבן צו רירן דארט א שטיינדל, ווער רעדט נאך פון בויען א בנין און נאכדערצו דער [[בית המקדש]].
היינט זיינען דא פארשידענע דעות צו מען דארף בויען דער דריטער בית המקדש און שטעלן [[סנהדרין]] אדער נישט. אבער דערווייל איז עס נישט נוגע ווייל אין די יעצטיגע אומשטענדן איז אוממעגליך צו בויען דער בית המקדש. די אראבער זיצן אויפן [[הר הבית]] אויף גאר א שטארקן פארנעם, געאגראפיש און פאליטיש, זיי זענען דארט גאר שטארק אקטיוו, קוים וואס מען קען זיך ערלויבן צו רירן דארט א שטיינדל, ווער רעדט נאך פון בויען א בנין און נאכדערצו דער [[בית המקדש]].

רעוויזיע ביי 21:25, 29 יולי 2015

מלכות יהודה איז געווען די מלוכה פון די שבטים: יהודה, בנימין און האלב לוי. עס האט געהייסן לויט שבט יהודה וויבאלד דאס איז געווען די גרעסערע שבט צווישן זיי.

מלכות יהודה איז געווען אין דרום זייט פון ארץ ישראל פון גבע ביז באר שבע, ווען איר הויפטשטאט איז געווען ירושלים. מלכות יהודה איז געשטאנען 389 יאר אויף א פלאך פון 8,900 קילא מעטער.

מלכות יהודה איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ב'תתל"ב. 80 יאר ביז דאן זיינען אלע שבטים געווען אייניק אונטער איין מלוכה, אונטער בית דוד, אבער נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם איז געווארן קעניג וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייער אויף די עשרת השבטים און נישט אויף זיין אייגן שבט יהודה, האבן די עשרת השבטים און בראשם ירבעם בן נבט באשטימט זיך אפצוטיילן פון דער שטאמבוים פון בית דוד און מאכן אן אייגענע מלוכה "מלכות ישראל".

אין ספר מלכים שטייט, אז געוויסע קעניגן פון מלכות יהודה זיינען געווען וווֹיל און האבן געדינט גאט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן געדינט גאט אין בית המקדש אין ירושלים. אבער געוויסע קעניגן זיינען געווען שלעכט און האבן געדינט עבודה זרה און צעשפרייט די מזבחות.

מלכות יהודה האט גולה געווען אום ג'קע"ד, נאכער האבן זיי זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל אונטער פערסישע קאנטראל, און האבן אויפגעבויעט דער צווייטער בית המקדש.

מדינת ישראל

אין יאר ה'תש"ח (1,871 יאר נאכ'ן חורבן בית שני) האבן א גרויסער טייל יידן וואס שטאמען פון שבט יהודה אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל אן אייגענע און זעלבסטשטענדיגע מדינה מיט דער הסכמה פון די 'פאראייניגטע פעלקער'. אבער דערווייל זענען נאך די גרעניצן נישט ענדגילטיג באשטעטיגט און אנערקענט געווארן און זיי זענען נאך פארמישט אין פארשידענע אמפערייען מיט ארומיגע שכנים און מיט פילע אראבער וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. אזוי אויך האבן זיי נישט געבויעט דער דריטער בית המקדש.

דער רמב"ם שרייבט אז די פולקאמע צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין ארץ ישראל וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון בית דוד וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון דוד המלך, דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין תורה. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט מצליח זיין צו איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי באזיגן, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער יידישע מדינה אין ארץ ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון מלכות יהודה און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.

היינט זיינען דא פארשידענע דעות צו מען דארף בויען דער דריטער בית המקדש און שטעלן סנהדרין אדער נישט. אבער דערווייל איז עס נישט נוגע ווייל אין די יעצטיגע אומשטענדן איז אוממעגליך צו בויען דער בית המקדש. די אראבער זיצן אויפן הר הבית אויף גאר א שטארקן פארנעם, געאגראפיש און פאליטיש, זיי זענען דארט גאר שטארק אקטיוו, קוים וואס מען קען זיך ערלויבן צו רירן דארט א שטיינדל, ווער רעדט נאך פון בויען א בנין און נאכדערצו דער בית המקדש.

די יארן פון די מלכות יהודה ארויפגאנג
רחבעם אבים אסא יהושפט יהורם אחזיהו עתליה יהואש אמציה עוזיהו
928- 911- 908- 867- 846- 843- 842- 836- 798- 769-
יותם אחז חזקיהו מנשה אמון יאשיהו יהואחז יהויקים יהויכין צדקיהו
758- 733- 727- 698- 641- 639- 609- 608- 597- 596-
די יארן הייבן זיך אן פון פאר דער נוצרישער ציילונג