אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "השכלה"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
140 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 6 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (Bot: Migrating 27 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q472670 (translate me))
דער סאמער ערשטער משכיל ווערט גערעכנט [[משה מענדלסאן]]. וואס ער האט איבערגעטייטשט די [[תורה]] קעגן די דעת פון געוויסע גדולי ישראל. לויט טייל האבן זיינע קינדער און איינקלעך האבן זיך גע'שמד'ט פארן נישט פאלגן די גדולי ישראל שבימיו<ref>(ר' עקיבא יוסף שלענזינגער אין זיין פי' אויפן צוואות החת"ס)</ref>.
 
זיין איבערטייטש ווערט גערופן "ביאור". און ס'איז באקאנט אז דער חתם סופר האט געלאזט צוואה אז בספרי רמ"ד אל תשלחו יד, און ווי אנדערע צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען דאס צו פארניכטן כאטש אויבנאויף איז דארט נישט געשטאנען קיין אפענע זאכן קעגן יודישקייט. אנדערע גדולים אבער, א שטייגער דער [[משה שיק|מהר"ם שי"ק]] האבן יא געלערנט פון דעם.
 
משה מענדלסאן (אדער משה דעסויער [אין קורצן רמ"ד] ווי מען האט אים גערופן) זעלבסט איז אפיציעל געווען א שומר תורה ומצוות, אבער זיינע נאכפאלגער די משכילים זענען געגאנגען א טריט ווייטער. זעהענדיג ווי דאס אידישער פאלק ליידט אסאך אין גלות ביי די גוים, האבן זיי געהאלטן אז אויב מען וועט זיך אויסמישן מיטן גוי און זיין אזוי ווי אים וועט זיי דער גוי נישט האסן, און עס וועט זיך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזים.
אַנאנימער באַניצער

נאוויגאציע מעניו