אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טראנספארמאטאר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: en:Transformer איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
מ Removing Link FA template (handled by wikidata)
שורה 17: שורה 17:
{{Link GA|de}}
{{Link GA|de}}
{{Link GA|en}}
{{Link GA|en}}
{{רא|tt}}

רעוויזיע ביי 03:38, 24 מערץ 2015

עלעקטרישער סימבאל פאר א טראנספארמאטאר

א טראַנספֿארמאַטאר (פון לאטיין transformare ‚טראנספארמירן, פארוואנדלען) איז אן עלעקטרישער עלעמענט אדער אן עלעקטרישע מאשין אין עלעקטרישער אינזשעניריע וואס פירט אריבער ענערגיע פון איין קרייז צו א צווייטן.

א טראנספארמאטאר קען זיין גאנץ קליין, ווי למשל אין א מיקראפאן, אדער גאר גרויס, ביז הונדערטער טאן, וואס מען ניצט אין א קראפט נעצווערק.

מען ניצט א טראנספארמאטאר צו ענדערן דעם וואלטאזש. ווען מען פירט עלעקטריע א ווייטן וועג דארף מען א הויכן וואלטאזש, כדי נישט פארלירן צופיל ענערגיע, אבער אין א פריוואטן הויז ניצט מען א נידעריקן וואלטאזש, דערפאר ניצט מען א טרעט־אראפ טראנספארמאטאר צווישן דעם נעצווערק און די געביידעס. ווי אויך, קאמפיוטערס, פאנען א.ד.ג. ניצן 12 וואלט קעגן 110 אדער 240 וואלט אין א געביידע, דעריבער ניצט מען א קליינעם טרעט־אראפ טראנספארמאטאר פאר די אפאראטן.

פרינציפן פון דעם טראנספארמאטאר

ערשטיקער שטראם, עלעקטראמאגנעט און צווייטיקער שטראם

דער פרינציפ פון עלעטראמאגנעטיזם איז אז א שטראם שאפט א מאגנעטישן פעלד, און א מאגנעטישער פעלד וואס ענדערט זיך אין א שפול פון דראט שאפט א וואלטאזש אין דעם שפול. ממילא, אז מען פירט א בייטששטראם אין דעם ערשטיקן שפול פון א טראנספארמאטאר, טוט דאס שאפן א מאגנעטישן פעלד וואס ענדערט זיך כסדר, און אזוי ווערט געשאפן א שטראם אין דעם צווייטיקן שפול. ווען דער צווייטיקער שפול האט מער דרייען ווי דער ערשטיקער שפול, גייט ארויף דער וואלטאזש. פארקערט, ווען מען וויל נידעריקן דעם וואלטאזש, ניצט מען א טראנספארמאטאר וואו דער ערשטיקער שפול האט אסאך מער דרייען ווי דער צווייטיקער שפול, אזוי פלוסט א שטראם מיט א נידעריקן וואלטאזש (אבער א גרעסערן שטראם) ווי דער ערשטיקער שפול.

פראקטיש קען מען נישט שאפן גאר הויכע וואלטאזשן מיט א פשוטן טראנספארמאטאר. פאר דעם צוועק ניצט מען א טעסלא שפול, וואס ניקאלא טעסלא האט ערפינדן אין 1891.

מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA