אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד האלבערשטאם"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מ
רעדאַקטירונגען פֿון 24.146.249.57 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון 74.15.136.97
(מער פרטים פון רבין)
מ (רעדאַקטירונגען פֿון 24.146.249.57 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון 74.15.136.97)
 
ער וואוינט אין [[בארא פארק]], [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]], ווו ער האט זיין גרויסן בית המדרש אין צענטער פון געגנט.
 
דער רבי איז באוויסט מיט זיין שטארקע עבודת התפילה, בפרט ביי [[קריאת שמע]], ווי מען קען ממש זעהן ווי די רבי איז מקבל עול מלכות שמים מיט מסירת נפש, און מען זעהט ווי די רבי גייט אויס ביי די ווערטער "ואהבת את ה' אלקיך" "בכל לבבך" וכו' אז עס קען נעמן צוויי צוויי א האלב שעה די ערשטע פרשה פון קריאת שמע אליין.
 
דער רבי איז אויך שטארק באוויסט מיט די שטארקע פלפולים יעדע וואך פרייטאג צונאכט, אזוי אויך יעדן יום טוב, בפרט חנוכה זאגט די רבי אלע אכט נעכט שטארקע פלפולים אויך די סוגיא פון כבתא זקוק לה, עס איז אויך באקאנט פאר אלע מחברי ספרים אינעם פעלד פון פלפולים, אז מען קומט יעדע געלעגנהייט אריין צום רבי'ן אין הויף צו כאפן א ראיון, חידוש אדער סברה, וואס קען זיין גאר נוצבאר פאר תלמידי חכמים.
 
דער רבי איז דער נשיא פון מוסדות צאנז קלויזענבורג אין [[אמעריקא]] ([[בארא פארק]], [[וויליאמסבורג]]ֿ, [[מאנסי]], [[לייקוואוד]] און [[מאנטריאל]] [[קאנאדא]]) און אויך אין [[ירושלים]] און [[אלעד]]. אויך איז דער רבי נשיא פון [[מפעל הש"ס העולמי]] און נשיא הכבוד פון [[כולל חיבת ירושלים]] צדקת [[רבי מאיר בעל הנס]] (גאליציאנער כולל).
81,484

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו