אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מ
רעדאַקטירונגען פֿון Centro צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
מ (רעדאַקטירונגען פֿון Centro צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
[[בילד:Kook.jpg|קליין|הרב קוק]]
 
הרב אברהם יצחק הכהן קוק ימ"ש ([[ט"ז אלול]] [[ה'תרכ"ה]] - [[ג' אלול]] [[ה'תרצ"ה]]) איז געווען דער ערשטער [[הויפט רב]] (רב הראשי) פון די [[אשכנזים]] אין [[ירושלים]] אין דער תקופה פון [[דאס בריטישע מאנדאט|דעם בריטישן מאנדאט]] אין [[ארץ ישראל]].
 
== ביאגראפיע ==
און אין תרס"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם ערשטן וועלט קריג (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''רב הראשי לעדת אשכנזים'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''רב מטעם''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]].
 
הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די [[רבנים]] און גאונים פון ירושלים, ווי רבי [[יוסף חיים זאנענפעלד]] און רבי [[יצחק ירוחם דיסקין]]. שפעטער זענען א טייל פון זיי געווארן זיינע שארפע קעגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארן אנגעהאלטן נאענטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורי"ם פון [[ארץ ישראל]] און [[אייראפע]], ווי צום ביישפיל. דער אדמו"ר בעל [[אמרי אמת]] פון [[גער (הויף)|גער]], דער אדמו"ר רבי [[מרדכי יוסף ליינער]] פון ראדזין, אדמו"ר רבי [[ישראל פרידמאן]] פון טשארטקאוו, בענדינער רב ר' [[חנוך צבי הכהן לעווין]], און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות.
 
הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען ''דגל ירושלים'' וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלטס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיטן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל.
75,992

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו