אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין ביינוש פינקל"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
==ביאגאפיע==
ר' ביינוש איז געבוירן געווארן אין [[מיר, בעלארוס|מיר]], [[רייסין]] (דעמאלסט אין דער [[רוסלענדישע אימפעריע|רוסלענדישער אימפעריע]], היינט [[בעלארוס]]) צו רב [[אליעזר יהודה פינקל]], און צו מלכה, טאכטער פון הרב [[אליהו ברוך קמאי]], וואס האט דעמאלסט געדינט ווי ראש ישיבה און שטאטס רב פונעם שטעטל מיר. ווען ער איז געווען אלט א יאר האט אויסגעבראכן די [[ערשטע וועלט מלחמה]], און ער איז אריבער מיט זיין משפחה צום שטעטל [[סטויפץ]], צוזאמען מיט די מירער ישיבה'לייט. נאך א שטיק צייט איז די גרופע אריבער קיין [[פאלטאווע]]. ביים סוף פון דער מלחמה איז נפטר געוווארן זיין זיידע, רב קמאי, דער ראש ישיבה, און מ'האט באשטימט זיין פאטער רבי אליעזר יודל דעם ממלא מקום ווי ראש ישיבה. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז זיין משפחה אריבער צוזאמען מיט דער ישיבה קיין [[ווילנע]], וואו זיי זענען געבליבן ביזן מיטן פון [[ה'תרפ"א]] ([[1921]]). זומער תרפ"א זענען זיי צוריקגעקומען אין מיר, און זיין פאטער האט באנייט די טעטיקייט פון דער ישיבה דארט.
 
אלס בחור האט ר' ביינוש געלערנט אין דער מירער ישיבה, און ער איז געווען זיין פאטערס א תלמיד.
80,867

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו