אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק נבון"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ באט: cs:Jicchak Navon איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 14: שורה 14:
{{גרונטסארטיר:נבון, יצחק}}
{{גרונטסארטיר:נבון, יצחק}}
{{ישראל פרעזידענטן}}
{{ישראל פרעזידענטן}}

[[קאטעגאריע:כנסת דעפוטאטן]]
[[קאַטעגאָריע:כנסת דעפוטאטן]]
[[קאַטעגאָריע:פרעזידענטן פון ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:פרעזידענטן פון ישראל]]

{{Link GA|cs}}

רעוויזיע ביי 11:20, 5 יוני 2014

יצחק נבון (געבוירן דעם 9טן אפריל 1921) האט געדינט אלס דער פיפטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, אויך האט ער געדינט אלס מיניסטער און כנסת דעפוטאט, אין ישראל רעגירונגען. ער איז א שריפט שטעלער און א דראמאטורג.

נבון איז געבוירן אין ירושלים, צו אן אלטע ספרדישער משפחה, וואס געפונט זיך שוין דורות אין ארץ ישראל. זיין משפחה רעכנט זיך ווי אייניקלעך פון רבי חיים בן עטר.

ער האט געלערנט אין דער גימנאזיע לעבן דעם אוניווערסיטעט. שפעטער האט ער געלערנט אינעם אוניווערסיטעט, אראבישע ליטעראטור, איסלאמישע קולטור און ערציאונג.

פון יאר 1946 האט ער געדינט אין דער הגנה, אין דער אראבישער אפטיילונג, ביז 1949. דערנאך איז ער געווארן א דיפלאמאט אין זיד אמעריקע, און אין 1952 נאכן זיין א ראטגעבער פאר א קורצער צייט, איז ער געווארן אנפירער פון פרעמיער מיניסטערס ביורא, אונטער דוד בן גוריון, און אונטער משה שרת, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1963.

אין 1965 איז נבון אריין אין כנסת אלס א מיטגליד, ביז 1978 ווען ער איז געווארן ערוויילט דורך די כנסת אלץ פרעזידענט.

ער האט געדינט אלס פרעזידענט פאר פינף יאר, ער האט זיך נישט פארמאסטן פאר א צווייטער קאדענציע. נבון איז דער איינציקסטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, וואס האט זיך אומגעקערט צו פאליטיק נאכן ענדיקן זיין טערמין, ער איז געווען וויצע פרעמיער מיניסטער, און די ערציאונגס און קולטור מיניסטער.


מוסטער:Link GA