אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קטלא קניא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ אראפנעמען קאטעגאריע:שרייבערס דורך HotCat
שורה 11: שורה 11:




[[קאַטעגאָריע:שרייבערס]]
[[קאַטעגאָריע:חרדישע שריפטשטעלער]]
[[קאַטעגאָריע:חרדישע שריפטשטעלער]]
[[קאטעגאריע:אידישע בלאגס]]
[[קאטעגאריע:אידישע בלאגס]]

רעוויזיע ביי 23:05, 19 אויגוסט 2013

קטלא קניא איז דער פּסוועדאָנים פון אַ מאָדערנער חסידישער שרייבער און קריטיקער, וועמען דער פאָרווערטס האָט דעפינירט אַלס א מאָדערנער שלום עליכם בזעיר אנפּין.

קטלא קניא’ס בלאָג איז געווען סיי דער ערשטער בלאָג אין יידיש און סיי דער ערשטער חרדישער בלאָג, און האָט ביז היינט צוגעצויגן צו זיך העכער הונדערט טויזענט באַזוכערס. דער בלאָג, אָנגעפילט מיט שפּיזיקע און הומאַריסטישע באַהאנדלונגען וועגן דער חרדישער און חסידישער אַרט-לעבן, האָט מען באַשריבן אין “מעריב”, אין “ווילעדזש וואויס” און אין “פאָרווערטס”.

שטארק רעליגיעזע קענען נישט לייענען זיינע געשרייבאעכצן, ווייל עס ברענגט ארויס א סך ספיקות ראנגלענישן און נסיונות מיט גאָט און דער יידישער תורה, אויף זייער א בייסיקן חוזקדיקן אופן, וואס ציפט דאס הארץ, און נאכדערצו אויף זייער א רייכער שפראך פון מליצות פון גמרות, תנ"ך, חומש, און פון דעם גאר רבנישען זשארגאן, וואס ווייזט אז דער שרייבער איז גאר א גרויסער תלמוד חכם וואס איז נחמץ געווארן.

פון זיינע ערשטע און הויכפונקטפולע געלונגענע מייסטער-ווערק וואס זיין פעדער האט אהער געשטעלט, און שפיגלט אפ די אינערלעכע מוסקלען, וואס טרייבו זיין קראפטיקע פען, איז די מעשה מיט ר' אפרים, א ייד אין די עלטערע יארן וואס טראכט דורך זיין לעבן יום כיפור און שטארבט פון א הארץ-אטאקע דורך ווערנדיק אנטוישט פון אזויפיל יארן זיין פרום צוליב א פאלשער אמונה. יעדעס ווארט אין דער דערציילונג טריפט מיט פעסימיזם און דערביטערטקייט, וואס נעמט ארום דעם אלגעמיינעם אויפגעקלערטן אנטוישטן חסיד וואס טראכט מיט ספיקות ארום זיין לעבן.