אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוב בעריש וויידנפעלד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2903887 (translate me)
שורה 22: שורה 22:
{{גרונטסארטיר:וויידנפעלד}}
{{גרונטסארטיר:וויידנפעלד}}
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]

רעוויזיע ביי 22:33, 16 יוני 2013

דער טשעבינער רב

הרב דוב בעריש וויידנפֿעלד (הרימלאוו, ה' שבט ה'תרמ"א - ירושלים, ה'תשכ"ו), באוואוסט אלס דער טשעבינער גאון, רב און ראש ישיבה, וועלט'ס פוסק הלכה, און פון די פירערס פון חרדישע יידנטום אין ארץ ישראל.

ביאגראפיע

דוב בעריש איז געבוירן ה' שבט תרמ"א אין הרימלאוו, גאליציע צו זיין פאטער הרב יעקעלע וויידנפעלד, א הוסיאטינער חסיד, אב"ד הרימלאוו און מחבר פון שו"ת כוכב מיעקב. פאר זיין בר מצוה איז ער פאר'יתומט פון זיין פאטער.

אין תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט יאכעט, טאכטער פון ישראל יוסף קלוגער פון טשעבין.[1]

אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די רוסן אים געשיקט אין אן ארבעטס-לאגער אין סווערדלאווסק, סיביר.

נאכן קריג אין תש"ז איז ער געקומען וואוינען אין ירושלים וואו מען האט אים אנערקענט אלס איינער פון די גדולי הדור. קורץ נאכהער איז זיין ווייב נפטר געווארן, און ער האט געהייראט רייזל ליבערמאן. נאך איר פטירה האט ער געהייראט בזיווג שלישי שרל, די אלמנה פון הרב יוסף בערנפעלד, וואס זי איז געווען אן אייניקל פונעם חתם סופר. איר אייניקל האט חתונה געהאט מיט רבי אברהם גענאכאווסקי.

ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער האט אויפגעשטעלט די "כוכב מיעקב" ישיבה אויף זיין פאטערס נאמען אין ירושלים (צום ערשט אין חרל"פ גאס, שערי חסד, און שפעטער אין א נייעם בנין אין חנה גאס, לעבן שיכון חב"ד).

זיינע תשובות זענען געדרוקט מיטן נאמען "דובב מישרים".

רעפערענצן