אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זידיטשוב"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 53: שורה 53:


:ובפרט
:ובפרט
==='''[[טאהש]], [[ספינקא]], [[קאסאן]], [[ניקלשבורג]], [[קאמארנא]], [[קאלוב]],'''=== והמסתעף, זענען נשתלשל פון נכדי ותלמידי זידיטשוב, און מ'דאווענט מיט זידטשובער נוסח
<span style='color: ColorName'>'''[[טאהש]], [[ספינקא]], [[קאסאן]], [[ניקלשבורג]], [[קאמארנא]], [[קאלוב]],'''</span> והמסתעף, זענען נשתלשל פון נכדי ותלמידי זידיטשוב, און מ'דאווענט מיט זידטשובער נוסח


== די הייליגע פינעף ברודער ==
== די הייליגע פינעף ברודער ==

רעוויזיע ביי 22:33, 5 אָקטאָבער 2006

זידיטשוב איז א שטאט אין גאליציאנער, הונדערט יאהר צוריק איז עס געווען א וועלטס חסידות.

אהלי העטרת צבי, והמהרי"א זי"ע

אדמור"י זידיטשוב

דער ערשטער רבי איז געווען הגה"ק ר' צבי זי"ע בעהמח"ס עטרת צבי, נלב"ע י"א תמוז תקצ"א

דער הייליגער דברי חיים פון צאנז, איז געווען א תלמיד פון דעם עטרת צבי

צווייטער: דער ברודער הגה"ק ר' בעריש זי"ע (אבי המהרי"א), נלב"ע סיון תקצ"ב

דרוטער: דער ברודער הגה"ק ר' משה מסאמבור זי"ע (אבי ר' יודא צבי) בעהמח"ס תפלה למשה, נלב"ע תר"א

פערדער: הגה"ק ר' יודא צבי מראזלא זי"ע חתן העטרת צבי, נלב"ע תר"ט

פיפטער: הגה"ק ר' יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע בעהמח"ס ליקוטי מהרי"א (זייט הסתלקות העטרת צבי י"א תמוז שנת תקצ"א, ביז כ"ז אלול תרט"ו האט זיך קיינער נישט געזעצט אויפן בענקל פון דעם עטרת צבי, יענעם טאג האט זיך דער מהרי"א געזעצט אופן בענקל, זאגענדיג אז מן השמים האט מען אים געזאגט מיט א סימן, יענעם טאג איז נסתלק געווארען אין צווייטען עק גאליציע דער שר שלום פון בעלזא.

פון יענעם טאג האט זיך שלא כדרך הטבע אנגעהויבן א געפארכץ קיין זידיטשוב, פון אלע מדינות, גאליציע, רומיניע, אונגארן.

דער הייליגער דברי חיים פון צאנז האט דעמאלט געזאגט: עס וועלען נאך פארען וועלגלעך קיין זידיטשוב, אזוי ווי עס פלעגן פארען וועגנער צום רבי'ן קיין לובלין.

דער יטב לב, אויך דיר קדושת יו"ט זענען געפארען צום מהרי"א

ט' סיון תרל"ב איז נסתלק געווארען דער מהרי"א

זיינע פינעף קינדער זענען אלע געווען צדיקים קדושים א) הגה"ק ר' סענדער ליפא אבד"ק זידיטשוב, - ב) הגה"ק ר' אלי' מזידיטשוב, - ג) הגה"ק ר' בעריש מדאלינא, - ד) , ה) הגה"ק ר' מענדל מזידיטשוב.

זכותם יגן עלינו

עטליכע סיפורי צדיקים

עס איז מקובל א אלטע ניגון ביי חסידים:

אין זידיטשוב ברענט א פייער, קיינער קען עס נישט פארלעשען, יענקל יענקל טו דיר אן דעם גארטל, און לאמיר גיין צום רבי'ן קיין זיידעטשוב, און לאמיר הערן דעם רבי'ן זאגן, הכל יודיך והכל ישבוחיך.

לית אתר פנוי מיני', ער נעמט ארום אלע וועלטן, וכו' וכו'

אין זידיטשוב, זענען געזיצען ביים היילגען טיש, 70 ווייסע בעקישעס.

א קאסיבער חסיד איז פארוואגלט געווארען קיין זידיטשוב, ער איז פארוואונדערט געווארען, זעענדיג די גדולי התלמידים מיט ווייסע בעקישעס, וויסענדיג אז אין קאסוב, טוט נאר דער רבי אן א ווייסע בעקישע, דער עטרת צבי האט מרגיש געווען זיין מחשבה, און גלייך געזאגט (מיטן זידיטשובער נוסח הידוע), קאסוב איז בבחינת מלכות, און ביי מלכות שטייט ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו, ביי אונז איז בבחינת נבואה, און ביי דעם שטייט, ומי יתן כל עם ה' נביאים.


מ'פלעגט זאגן, 3 אלטע זאכן טויגן נישט, א אלטער פערד, (עס דינט מער נישט), א אלטער בעזעם (עס דינט מער נישט), א אלטער זידיטשובער חסיד (ווייל אלע גדולי התלמידים זענען געווארען רבי'ס, עס איז נישט געבליבן קיין לייטישע חסידים)

דער הייליגער דברי חיים, האט גערופען דעם עטרת צבי : דער רבי, און זיין רבי'ן דעם ראפשיצער האט ער גערופן : דער רב.

אינטערסאנט: אז דער מלבי"ם, וואס האט געלעבט אסאך שפעטער, שרייבט אין זיין ספר ארצות החיים, אז ער איז א תלמיד פון עטרת צבי מזידיטשוב.

עס איז מקובל, אז ביי חסידים האט נישט געגעבען א נאמען צבי, נאכן עטרת צבי זי"ע, ווייל אנשים פשוטים אויב זיי האבען געהאט דעם הייליגען נאמען, האבען זיי נישט געקענט קאנטראלירען דעם פייער שבלב, - שמעתי מנכד העטרת צבי, וואס האט געהאט אין משפחה מערערע קרובים מיטן נאמען צבי, וואס אלע זענען זיי געווען פיינע געשמאקע הארציגע אידן אן קיין בערד, וועגן דעם האט דאס נאך מער געשטארקט די אלטע מסורה.

השתלשלות זידיטשוב אין היינטיגע צייטן

היינט איז נאך דא כמה קהילות וואס פירען זיך מנהגי זידיטשוב, אויך משפחות וואס שטאמען פון די קהילות חסידי זידיטשוב, איך האב באגעגנט פארשידענע משפחות אין פארשידענע קהילות, וואס האבען בירושה מנהגים פון זידיטשוב.

ובפרט

טאהש, ספינקא, קאסאן, ניקלשבורג, קאמארנא, קאלוב, והמסתעף, זענען נשתלשל פון נכדי ותלמידי זידיטשוב, און מ'דאווענט מיט זידטשובער נוסח

די הייליגע פינעף ברודער

דער טאטע פון עטרת צבי האט געהייסן ר' יצחק אייזיק פון סאפרין, זייער מאמע הינדא די מאמע פון די 5 גרויסע צדיקים האט געזאגט במסל"ה נעלה, ר' בעריש מזידטשוב (אבי הה"ק ר' אייזיק), ר' משה מסאמבור בעל תפלה למשה, ר' סענדר מקאמארנא (אבי ההיכל הברכה), ר' ליפא מסאמבור, ר' הירש מזידטשוב , מיט זיי וועלן מיר ארויף גיין לעוה"ב.


י"א תמוז

י"א תמוז, איז די יארצייט פון הייליגען עטרת צבי, דער הייליגער שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זי"ע האט געזאגט, ווער עס קען נישט פארן קיין מירון ל"ג בעומר, זאל פארן י"א תמוז קיין זידטשוב, והרמז ע"ז, גדלו לה' את"י, גדלו לה' איז ר"ת ל"ג (בעומר), את"י איז ר"ת י"א תמוז.


לאנגע פיאות

אין הקדמה פון ספר .. מהגה"ק ר' ישראל יעקב ישורון רובין פון סוליצע, שטייט, ער איז געווען בן אחר בן, פון הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הגה"ק ר' מענדלע מזידיטשוב זי"ע דער יונגסטער זון פון מהרי"א, - זיין מאמע האט מקבל געווען ביי איר טאטע אין שטוב, די זידיטשובער מנהג, נישט צו שניידן קיין פיאות קיינמאל, - איינמאל אלץ קינד פון 5 יאהר, איז ער געווען מיט זיין זיידן ביים הייליגען שינאווער רב זי"ע, האט שינאווער רב געפרעגט פארוואס ער האט אזוינע לאנגע פיאות, ער האט נישט געענטפערט. - אינדערהיים האט אים געכאפט א שינאווער חסיד אינמיטן גאס, און אפגעשניטן איין פיאה ביז אונטערן מויל, ער האט זיך ארויס געריסן און אנטלאפן, - ער איז כל ימיו געגאנגען מיט איין לאנגע פיאה, און איין קורצע פיאה, - וויבאלד ער האט עס נישט געשניטן, איז עס מער נישט געוואקסען, - אויף אוף די בילדער זעהט מען, איין לאנגע פיאה, און איין קורצע פיאה


זכותם יגן עלינו ועל ישראל אמן


ווידעראויפבלוה פון זידיטשוב'ער אייניקל'ס הויף

כ"ק מרן אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א

נאך די גרויזאמע מלחמה, איז זידיטשוב חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורכ'ן אייניקל פונ'ם עטרת צבי, כ"ק מרן אדמו"ר רבי נפתלי צבי לאבין שליט"א וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה לשם ולתפארת אין אמעריקע . די צענטער פון זידיטשוב'ער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין וויליאמסברג, ברוקלין.


די רבי שליט"א האט אופגענימען זיין זין הגה"צ ישעי לאבין שליט"א אב"ד זידיטשוב צי משמש זיין ברבנית אין די קהל עטרת צבי זידיטשוב


זעהט א באשרייבוג אין ענגליש