אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שטריימל (בלאג)"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
2,188 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 14 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
<br />
ווי דער נאמען זאגט איז ער אן [[אפיקורס]] אבער ער וואונט נאכאלס צווישן די [[פרומע]] [[אידן]] אין [[וויליאמסבורג]], און דאס צווינגט אים זיך אויסצוגעבן אויפן [[אינטערנעט]], צו פארגרינגערען זיין צוויי פאכיג לעבן ווי א טאטע מיט א שטוב פון פרומע קינדער, אבער ווי ער שרייבט שלאגט ער זיך מיט די טעגליכע [[נסיונות]] וואס ער דארף זיך באהאלטן.
 
זיין קראפט פון [[פאנטאזיע]] קען מען נישט פארמיידן ווען פון יעדן אנעקדאט שטראמט געפיל אז די ליינער קען זיך נישט העלפן נאר שפירן כאילו מיט אים פאסירט איצט די דורכלעבונג.
 
ער האט אפען באשריבן זיינע קינדערישע יארן וויאזוי ער האט געכאפט פעטש פון זיין טאטען און אנטלאפן פון שטוב.
 
אויך האט ער שיין באשריבן זיין ערשטן אינטימע טרעפונג מיט א פרעמדע פרוי, אויף דעם האבן אים די ליינער קריטיקירט, אז ער איז נישט קיין [[אפיקורס]] נאר א פשוטער [[מנובל]].
 
אויך האט ער באשריבן זיין ערשטן עסן פון [[טריפה]] און זיין עסן אין [[יום כיפור]].
 
זייענדיג א אידישע [[בלאג]], מעסט מען אים קעגן די טאטע פון די אלע בלאגס: [[קטלא קניא]] וואס איז בלי ספק מער ראפינירט און מער [[תלמוד חכם]] ווי שטריימל, אבער אנדערשט ווי קטלא קניא, איז ער גאר ווייט פון בייסיק און האסליך, ער שרייבט מיט שטארקע [[ליבע]] און [[עמאציע]] וואס באטרעפט טיעף אין יעדן פון זיינע ליינער וואס האבן אויך די זעלבע ספיקות און [[נסיונות]].
 
ער איז שוין געווען באשריבן אין [[ניו יארק טיימס]] און אין אנדערע פרעסטיזשפולע פרעסע ארטיקלן איבער ארויסגעפאלענע חסידים צום [[מאדערענעם]] לעבנסשטייגער וואס לעבן ווייטער צווישן די גאר פרומע באהאלטענערהייט.
 
* [http://hassid.blogspot.com/ שטריימל א חסיד אן הערעטיק]
 
[[קאַטעגאָריע:אינטערנעט]]
[[קאטעגאריע:אידישע בלאגס]]
[[קאַטעגאָריע:בלאגס|בלאָגס]]
[[קאַטעגאָריע:חוזרי בשאלה]]
אַנאנימער באַניצער

נאוויגאציע מעניו