אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שריפט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אינטערוויקי
שורה 11: שורה 11:
[[קאַטעגאָריע:שריפט|*]]
[[קאַטעגאָריע:שריפט|*]]


[[en:Writing system]]

[[he:כתב]]
[[he:כתב]]

רעוויזיע ביי 12:53, 4 נאָוועמבער 2012

א שריפֿט איז א סיסטעם פון סימבאלן וואס מען שרייבט צו רעפרעזענטירן א שפראך. די סימבאלן קענען זיין בילדער אדער אותיות. עס זענען פאראן פארשידענע שריפט סיסטעמען. אויך זענען פאראן שריפטן פאר געוויסע צוועקן, ווי למשל ברייל פאר בלינדע מענטשן.

נישט יעדע שפראך האט א באזונדערן שריפט. למשל, העברעיש און יידיש ביידע ווערן געשריבן מיט אלף בית. ענגליש, דייטש, שפאניש און נאך א סך שפראכן שרייבט מען מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

אוראלט עגיפטיש פלעג מען שרייבן מיט היעראגליפן, וואס זענען בילדער. היינט ניצט מען דאס מער נישט.

אין אן אלפאבעטישער שריפט איז יעדער אות אדער א קאנסאנאנט אדער א וואקאל. טייל שריפטן, ווי העברעיש און אראביש, האבן נישט קיין אותיות פאר וואקאלן.

די מעטאד און סינטאקס פון צאמשטעלן די סימבאלן צו שאפן ווערטער רופט מען ארטאגראפיע.