אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פלארידע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: ענדערט ka:ფლორიდის შტატი
מ r2.7.3) (באט: ענדערט zh-yue:科利打省
שורה 183: שורה 183:
[[zh:佛罗里达州]]
[[zh:佛罗里达州]]
[[zh-min-nan:Florida]]
[[zh-min-nan:Florida]]
[[zh-yue:佛羅里達州]]
[[zh-yue:科利打省]]
[[zu:Florida]]
[[zu:Florida]]

רעוויזיע ביי 10:07, 29 אָקטאָבער 2012

פלארידע איז איינע פון די 50 שטאַטן פון אמעריקע, זי ליגט אויפן דרום-מזרח טייל פונעם לאנד. און ווערט אנגערופן דער גן עדן פון אמעריקא.

א דאנק איהר ווארימער קלימאט וואס הערשט אין פלארידע אויך אין קאלטע ווינטער טעג, שטראמען אהין הונדערטער טויזנטער אמריקאנער פון די קאלטע צפון שטאטן צו דער ווארימער פלארידע.

פלארידע איז צוטיילט און פיר הויפט טיילן:

  1. נארדערן (צפון) פלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגענט איז דשעקסאנוויל, דער טייל גרעניצט זיך מיט דעם שטאַט דזשארדזיע.
  2. צענטראל פאלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגענט איז ארלענדא.
  3. סאדערן (דרום) פלארידע, די מערסטע באקאנטסע געגענט איז מיאמי.
  4. די פענ-הענדל, דאס איז דער לאנגער ברייטער צפון-מערב טייל, דער חלק איז די ווייניגסטע באוואוינט, עס גרעניצט זיך מיט די שטאַט עלעבעמע.

דער הויפט שטאט פון פלארידע איז טעלעהעסי.

וואלן באאמטע זיפן דורך מיליאנען וואל צעטלעך אין פלארידע מיט גרויס פארזיכטיגקייט.

פלארידע איז ברייט באקאנט געווארן בעת די 2001 פרעזידענט וואלן צווישן דער דעמאלטסדיגער טעקסעס גאווערנער דשארדש דאבעליו בוש און דער ארויסגייענדיגער ווייס-פרעזידענט על גאור, וואס די אנטשיידונג פון די וואלן איבען לאנד האט זיך געוואנדן און די אויסערגעווענליכע נונטע פארמעסט אין פלארידע. די אויסגאנג פון די פארמעסט האט זיך געצויגן וואכן לאנג איבער די ציילונגען און איבער ציילונגען פון די פלארידע שטימען.

פאר פרומע אידן איז באקאנט די געגנט מיאמי און מיאמי ביטש, וואס מען קומט אהין פאר אפרו און עלטערע מענשטן באזעצן זיך אויסצולעבן זייער יארן במנוחה. עס איז נעבן וואסער און דער קלימאט איז געוואלדיג הייס גרינג און געזונט.

אויך איז דער געגנט ארלענדא באקאנט, ווי פרומע פארפעלקער פארן אהין שטראוואנצן.

מיאמי, איז דער עקסטרעמער דרום שפיץ פון פלארידע און אויך אמעריקע, עס איז קנאפע 70 מייל אוועק פון קובא, דעריבער שווערצן זיך אהין אסאך אומלעגאלע קובאנע אימיגראנטן ווי זיי קומען אהין אן מיט היימיש-געמאכטע שיפלעך, אסאך פון זיי לעבן עס נישט איבער און דערטראנקען זיך.

פלארידע ווערט אסאך געשלאגן פון שעדליכע שטורעם ווינטן, באקאנט אלס "האריקעינס", ספעציעל די דרום-מערב טייל וואס בארטנט זיך מיט די ווארעמע וואסערן פון גאלף אוו מעקסיקא.

עקאנאמיע

די הויפט עקאנאמיע פון פלארידע איז טוריזם. אנדערע אינדוסטריעס זענען ציטרוס פרוכט און אויסגראבן פאספאטן.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא