אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:אדמיניסטראטארן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: נעמט אראפ uk:Wikipedia:Адміністратори (missing)
מ באט: נעמט אראפ mt:Wikipedia:Amministraturi (missing)
שורה 124: שורה 124:
[[mi:Wikipedia:Administrators]]
[[mi:Wikipedia:Administrators]]
[[ms:Wikipedia:Penyelia]]
[[ms:Wikipedia:Penyelia]]
[[mt:Wikipedia:Amministraturi]]
[[na:Wikipedia:Administrators]]
[[na:Wikipedia:Administrators]]
[[nds:Wikipedia:Administraters]]
[[nds:Wikipedia:Administraters]]

רעוויזיע ביי 05:38, 4 אויגוסט 2012

הילף אינהאַלט



די אַדמיניסטראַטציע האט פארשידענע אמטן און אויפטוהען דא.

דער סדר פון די הנהלה היאראכיע איז איינגעשטלט אזוי:

די אלע וואס האבן די כוח שטעלט פאר א גרעסערן כוח ווי דעם פון א נארמאלער וויקיפעדיע באנוצער, ווייל ער האט סיסאָפּ (ר"ת פון סיסטעם אפראציע) רעכטן, ווי ערלויבונגען צו ענדערן טעכנישע זייטן, פארשפארן בלעטער, און בלאקירן וואנדאלן.

א סיסאפ האט גארנישט מיט שרייבן אסאך ארטיקלן; נאר מען מוז זיך קענען פארטראגן מיט אנדערע. זייער אסאך מיינען אז וויבאלד מען שרייבט אסאך איז מען א סיסאפ, אבער וויבאלד דאס האט נישט מיט וויסן אדער טאלאנט דאס האט נאר צו היטן וויקיפעדיע, מוז מען קודם פאר אלעם ווייזן אז מען פארטראגט זיך מיט אנדערע.

א ביאראקראט מאכט די סיסאפן.

דער סיסאפ איז דער וואס קוקט נאך און גיבט אכטונג פון שאדן אין וואס ווערט געטאן אין אלגעמיין דורך נייע באנוצער, וואס קענען זיך נישט אויס און ווייסן נישט גענוי ווי צו שרייבן אין דער וויקיפעדיע. אבער די סיסאפס האבן נישט קיין גרעסערע רעכטן פון אנדערע באנוצערס אין דער וויקיפעדיע.

פארזיכטיגקייט

הילף זיך אן עצה געבן מיט א שטרענגען סיסאפ

כללו של דבר: טאר א סיסאפ נישט ארויפצווינגן זיין פריוואטע מיינונג אויף קיינעם. דעריבער איז זעלטן וואס א סיסאפ בלאקירט איינעם, דאס קען זיך נאר מאכן ביי א ריכטיגער וואנדאל אדער איינער וואס געבט ארויס אן אנדערנס פריוואטקייט. אבער פארשטייט זיך אז א מענטש איז דאך א מענטש, קען ער מאכן א בייעסדעסיזשאן אומריכטיג. דעריבער איז וויכטיג איר זאלט זיך איינשרייבן אז טאמער בלאקירט ער אייער נאמען קענט איר נאכאלץ צוריק קומען מיט א פרישן נאמען. אבער אויב האט ער בלאקירט אייער איי פי אדרעס קענט איר דאך נישט זיך איינשרייבן אויף א פרישן נאמען, און איר קענט אים נישט געהעריג ענטפערן זיך צו פארטיידיגן.

אויך איז גוט צו האבן גוגעל דעסקטאפ צו אפהיטן אייער שווערע ארבייט וואס א סיסאפ קען דאס אפמעקן.

אויב א סיסאפ אביוזד זיין מאכט?

אויב א סיסאפ האט אייך אויסבלאקירט בשעת ער האט געהאט א עדיט קריג, אדער ער האט צוריקגעדרייט אן ארטיקל לויט זיין ווערסיע, אדער אז ער האט אייך אפגעשפארט אן ארטיקל בשעת ער איז געווען פארטאן מיט אייך אין געפעכט איבער דעם; ביטע שרעקט אייך נישט און פארשווייגט דאס נישט. ווייל אייער שווייגן קען מאכן א חורבן פון גאנצן עתיד פון וויקיפעדיע! ווארענט אים געהעריג, און מעלדט איין דאס פאר א סטוארט. זעה אין זייטן מעניו, פארבידט זיך צו וויקיפעדיע.

וויאזוי ווערט מען א סיסאפ?

אויף דעם קען מען זאגן "במקום שאין איש, ביסטו דער מענטש". אנדערש פון אלע אנדערע ווירטואלע וועב זייטלעך, אז ווער עס איז איר גרינדער דער איז דער אנפירער. דא אבער איז דאך דער וויקיפעדיע יעדעם'ס אייניג, - דעריבער ווער עס לייגט צו א פלייצע און שרייבט און געבט זיך אפ צו פאררעכטן ארטיקלן, דער ווערט אטאמאטיש אנערקענט אלס איינער וואס וויל די גוטס פון וויקיפעדיע און ווערט דערהויבן פון העכערע מנהלים.

דעריבער איז זייער וויכטיג אויב זעהט מען א מנהל וואס מעקט אדער פירט זיך אויף נישט לטובת דעם וואוקס פון וויקיפעדיע, איר זאלט נישט מורא האבן און אים אויס'מוסר'ן אויף זיין רעדן בלאט אדער באריכטן אייער קריטיק צו אנדערע מנהלים.

עס איז אן אפטער ערשיינונג אין וויקיפעדיע אוועק צו נעמען רעכטן פון מנהלים אויב זיי אביוזן דעם כוח זייערן. ס'דארף נאר זיין איין נארמאלער קאמפּלעין, און דער מנהל איז א פארגאנגעהייט. אדער קען מען שטעלן ביי די וואלן א געביט צו אראפנעמען באשטעטיקונגען פון א סיסאפ אדער בירארקאט.

  1. דער באנוצער מוז זיין איינגעשריבן אין דער וויקיפעדיע א מאנאט.
  2. דער באנוצער מוז האבן כאטש הונדערט באטיילונגען.
  3. דער באנוצער מוז האבן (לעת עתה) דריי שטיצערס.

יעדער קען זיך אנגעבן צו ווערן א סיסאפ אין די בלאט.

כללים פאר די סיסאפן

  • נישט בלאקירן קיינעם אויב מען האט א געפעכט מיט יענעם, ווייל מען איז א נוגע בדבר. און מען זאל דאס נאר טוהן ביז ווילאנג דער ענין ווערט איבערגענומען דורך אן אנדער סיסאפ וואס איז נישט קיין נוגע בדבר. נאר אויב מען ווארט און קיין איין אנדער סיסאפ וויל נישט קער נעמען האט מען נישט קיין ברירה.
וויפל צייט דארף מען ווארטן?

אסאך מאל אפאר טאג און אסאך מאל איז דאס וויכטיג אויף די סעקונדע אויב יענער געבט ארויס פריוואטקייט.

  • נישט בלאקירן IP אדרעסן אויף א לאנגע וויילע צוליב 2 סיבות:
  1. עס קען ווערן אימער געטוישט צו אנדערע אומשולדיגע באנוצערס.
  2. עס קען זיין אז דער IP אדרעסס געהערט צו א פובליק פלאץ ווי אין א ביבליאטעק, אוניווערסיטעטן, אינטערנעט קאפע א.ד.ג.

אויסשפארן וואנדאלן

זעהט: וויקיפעדיע:אויסשפארן פאליסי

  • אויב זעהט מען א וואנדאל אין דער וויקי, זאל מען אים אויסשפארן נאר אויף 2 שטונדען. אויב דער זעלבער וואנדאל קומט צוריק וואנדאלירן, קען מען ארויף נעמען די שפארונג-צייט צוביסלעך. צום ערשטן אויף א טאג, נאכער אויף א וואך א.א.וו. אבער מען פארשפארט נישט גלייך אויף צוויי וואכן אדער מער, ווייל דאס קען ברענגען שנאה צום וויקיפעדיע.
  • נישט אויסשפארן א וואנדאל אויף אייביג! מיר דארפן אימער געבן א האפענונג צום וואנדאל זיך אומקערן צו א גלייכן וועג.
  • אויב איינער פריווט ארויסצוגעבן פריוואטקייט פון אנדער באנוצער מוז מען אים בלאקירן תיכף ווייל מען שפילט מיט פייער, ווייל חסידים ציטערן פון ווערן אויפגעדעקט אויפן אינטערנעט. מען קען אייביג יענעם צוריק אראפנעמען דעם אויסשפארונג ווען מען רעדט צו אים און מען זעהט קלאר אז דאס וועט זיך נישט איבער'חזר'ן, אדער אז עס איז געווען א טעות.

פארשפארן ארטיקלן

ווען עס איז פארהאן אן עדיט וואר אדער וואנדאליזם אויף איין בלאט. קען מען דאס פארשפארן מיט די אנווייזונגען פון װיקיפּעדיע:ארטיקל פארשליסן פאליסי.

צוריקדרייען

זעט אנווייזונגען: וויקיפעדיע:צוריקדרייען

אויב איר זעט אז איינער האט באענדערט גרייזיג אן ארטיקל; קען מען נוצן דאס צוריקדרייען קנעפל. אבער ווען מען נוצט זיך מיט דאס קנעפל דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווייל די פונקציע דרייט צוריק אלע לעצטע ענדערונגען אין די ארטיקל פון דעם זעלבער לעצטער באנוצער. אזוי אז אויך זיינע ערליכע ענדערונגען ווערט צוריקגעדרייט און אויסגעמעקט. דערפאר דארף מען פריער בודק זיין, צו דער זעלבער באנוצער האט נישט באענדערט די זעלבע ארטיקל פאר די גרייזיגע באענדערונג.