אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטש"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: lez:Немцарин чӀал
מ r2.7.1) (באט געענדערט: lez:Немец чӀал
שורה 129: שורה 129:
[[lad:Lingua alemana]]
[[lad:Lingua alemana]]
[[lb:Däitsch]]
[[lb:Däitsch]]
[[lez:Немцарин чӀал]]
[[lez:Немец чӀал]]
[[li:Duits]]
[[li:Duits]]
[[lij:Lengua tedesca]]
[[lij:Lengua tedesca]]

רעוויזיע ביי 13:24, 29 אַפּריל 2012

א מאפע ווו מען רעדט דייטשיש

דײַטשיש אָדער דייטש (אויף דייטשיש: Deutsch - דוֹיטש) איז אן אינדאָ-אייראפעאישע שפראך וואס מען רעדט אין עטלעכע מדינות אין דער וועלט. דייטשיש איז פון די פאפולערסטע שפראכן אין דער גארער וועלט. עס ווערט גערעדט ווי מאמע לשון פאר איבער הונדערט מיליאן מענטשן.

דייטשיש איז די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון דייטשלאנד, עסטרייך און ליכטנשטיין און איינע פון די אפיציעלע שפראכן אין דער שווייץ און לוקסעמבורג. די דייטשע שפראך האט צוויי אפיציעלע ווערסיעס, א הויכע שפראך און א ביליגערע. די ביליגערע שפראך ווערט גערעדט צווישן די מענטשן אויף די גאסן און די העכערע שפראך ווערט גענוצט דורך פראפעסיאנאלע מענטשן ביי רעדעס אדער אין געשריבענע דאקומענטן. די צוויי שפראך ווערסיעס זענען שטארק אנדערש איינע פון די אנדערע. ווען איינער לערנט זיך דייטש וועט ער אויסגעלערנט ווערן די הויכע שפראך וועלכע ווערט גענוצט אין אלע ביכער, דאקומענטן, און רעדעס. די וואס קענען נאר די ביליגערע שפראך וועלן געווענליך שנעל אויפכאפן און פארשטיין די הויכע שפראך. אבער פארקערט גייט עס נישט. אסאך מענטשן פון פרעמדע לענדער וועלכע האבן זיך אויסגעלערנט די דייטשע שפראך זענען איבערראשט געווארן ווען זיי האבן נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס די מענטשן אויפ'ן גאס רעדן.

די דייטשע שפראך איז נישט אזא אלטע שפראך און איז לכאורה געגרינדעט געווארן אינגאנצן עפעס מער ווי טויזענט יאר צוריק. אסאך טיילן פון די דייטשע שפראך איז בעפאר געווען זייער אויפגעכאפט אין גאנץ אייראפע און איז באקאנט געווען אלס די אינדו אייראפעאישע שפראך. די אידישע שפראך איז אויך געבויט אויף די אינדו אייראפעאישע שפראך און א טייל היסטאריקער האלטן אז אידיש איז גאר געגרינדעט געווארן אסאך יארן בעפאר דייטש.

די דייטשע שפראך איז שטארק אויפגעכאפט און צעשפרייט אין גאנצן לאנד. אפילו די אימיגראנטן און עטנישע גרופעס רעדן א גוטע דייטש. נאך אלץ זענען פאראן אסאך פון די גרופעס וועלכע רעדן זייערע אייגענע שפראכן. די איינוואוינער פון אויסערן לענדער רעדן אויך זייערע אייגענע שפראכן. אלע שטאטישע שולעס לערנען נאר די אפיציעלע דייטשע שפראך. עס ווערט געשאצט אז ארום 71 מיליאן דייטשע איינוואוינערס רעדן דייטש אלס זייער מאמע לשון, דאס איז איינע פון די גרעסטע ציפערן אין א מאדערניזירטן לאנד.

אין אנדערע לענדער

אויסער די גרענעצן פון דייטשלאנד זענען פאראן ארום 10 מיליאן מענטשן וואס רעדן דייטש איבער דער וועלט. עסטרייך האט ארום 7 מיליאן דייטש רעדנדיגע, שווייץ האט 3.5 מיליאן דייטשע רעדנדיגע און לוקסעמבורג ארום 300,000. עס איז פאראן נאך א געוואלד מיט דייטש רעדנדיגע איבער אייראפע וועלכע זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד דורכאויס און נאך דעם צווייטן וועלט קריג.

אין אמעריקע איז פאראן א גרויסע גרופע פון דייטשע רעדנדיגע אין פענסילוועניע. די גרופע ווערט אנגערופן די פענסילוועניע דויטש. די גרופע האט אימיגרירט פון דייטשלאנד קיין אמעריקע אינעם 18טן יארהונדערט און זיך באזעצט אין דרום-מזרח פענסילוועניע. אין קאנאדע איז פאראן ארום 330,000 דייטש רעדנדיגע, אין בראזיל ארום א האלב מיליאן, און אין דער ארגענטינע ארום 250,000.

וויקיפעדיע

די דייטשישע וויקיפעדיע איז די גרעסטע נאך דער ענגלישער, און פארמאגט היינט איבער איין מיליאן ארטיקלען.

Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף דײַטשיש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא