אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמעריקאנישער פוסבאל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט געענדערט: eo:Usona piedpilkado
שורה 45: שורה 45:
[[cs:Americký fotbal]]
[[cs:Americký fotbal]]
[[da:Amerikansk fodbold]]
[[da:Amerikansk fodbold]]
[[el:Αμερικανικό ποδόσφαιρο]]
[[eo:Usona piedpilkado]]
[[eo:Usona piedpilkado]]
[[es:Fútbol americano]]
[[es:Fútbol americano]]

רעוויזיע ביי 05:54, 12 פֿעברואַר 2012

אמעריקאנער פוסבאל

אמעריקאנער פוסבאל (אין די פאראייניגטע שטאטן רופט מען אים בלויז "פוסבאל') איז צאמגעשטעלט פון צוויי קעגנזייטיגע גרופעס (טיעם'ס), וואס איטליכער פרובירט אנצוציען פונקטן ביז א געוויסער צייט אפשניט, דורך מאכן אז דער באל זאל אנקומען דער אנדער עק פעלד צום אנטקעגענער'ס ענדע זאנע. צו דורך דאס ווארפן אהין אין א חבר פון די אייגענע טיעם כאפט דאס אויב דער קעגנארטיגער טיעם קען אים נישט אוועקשטופן, אדער דורך שטייטעלעך לויפן דערמיט, יעדע פאר יארדס און מ'שלאגט זיך אראפווארפן דעם לויפער.

דאס פעלד איז לאנג 120 יארדן, און דאס איז איינגעטיילט מיט ווייסע ליניעס, יעדע 5 יארד, צו וויסן וויפל יארדן מען האט דאס שוין גערוקט. אויב די גרופע וואס איז אויף דער אפענסיע קען נישט אדורכטראגן דעם באל גאנצע 10 יארדן מיט 4 אראפפאלן'ס דאן טוישט זיך די טיעםס. און זיי ווערן איצט בלויז אויף דער דעפענסיע און קענען נישט אנציען פונקטן. אין ביידע עקן איז דא א גרויסער טויער.

עס איז זייער פיזיקאליש דער מין ספארט, מען הארגעט זיך מיט די הענט און פוס זיך אראפווארפן איינער דעם אנדערן, כדי צו ארויסכאפן דער באל, אדער דאס פשוט פארלענגערן און נישט לאזן פראגרעסירן אין שונא'ס לאגער.

יעדער טיעם האט צוויי גרופעס פון 11 שפילערס וואס שפילן, די אפענסיע שפילער און די דעפענסיע שפילער.

דאס שפיל דויערט 60 מינוט, צעטיילט אויף פיר מאל 15 מינוט.

טערמינען

די פיעלד טויער שטאנגען אין דער הייעך
  • ען.עף.על. - דאס איז ראשי תיבות א'מעריקען פ'טובאל ל'יגע, עס זענען פארהאן 32 פראפעסיאנאלע פוסבאל טיעם'ס דורכאויס אמעריקע אין די ען.עף.על. אבער אין אלע גרויסע קאלעדזשעס און הייסקולס איז דא אזאלכע גרופעס. די וויכטיגע גרופעס זענען איצט: זשעטס 2) זשייענטס, קווארטערבעק, איליי מענינג. 3) קאבּויס 4) פעיטריאטס, העד קאוטש, בעלעטשעק. קווארטערבעק: טאם ברעידי. 5) קולטס, העד קאוטש, דאנזשי. קווארטערבעק, פעיטן מענינג.
  • קווארטערבעק - דער אנפירער פון די אפענסיע וואס ווארפט און קאנטראלירט די לויפערס אדער כאפערס צו אנקומען מיט באל אין שטח.
  • אינקאמפליט - אז דער באל איז נישט געכאפט געווארן דאן גייט דאס צוריק צום פונקט פון ווי מען האט דאס אנגעהויבן צו שטופן.
  • אוט אפ באונדס - אז דער באל אדער דער לויפער דערמיט האט זיך ארויסגעריקט פון די זייטן פונעם סטאדיום.
  • טאטשדאון - אז מען האט געכאפט צו דורך לויפענדיג דערמיט צו דורך ווארפן פאר איינע פון די אייגענע טיעם וואס איז דארטן געשטאנען, ביים אנדערן עק פונעם שונא, דעם באל, דאן האט מען געווינען 7 פוינטס.
  • סעקינג - אז מען האט ארפאגעווארפן דעם קווארטערבעק און דער באל איז ארויסגעפאלן פון זיינע הענט אויף דער ערד.נאך פאר ער האט אנגעיאגט דאס צו געבן, ווארפן אדער אליין'ס לויפן דערמיט.
  • פלעג - אז איין טיעם אדער די אמפייערס אליין'ס ווילן שטראפן איינע פון די טיעם'ס אדער צוריקרופען א אקט.
  • פאנט - מיינט אז טאמער דער באל איז ארויסגעפאלן פונעם לויפער קען ער עס געבן א שטויס אריבער די צען יארד ליין. געווענליך טוען דאס די אפענסיווער טיעם ווען זיי האלטן שוין ביי די דריטע פראבע און זיי זעהן אז די פערדער פראבע אריבערצוגיין די 10 יארד ליין וועט אויך נישט מעגליך זיין, דאן פאנטן זיי עס אהין.
  • אינטערסעפשען - אז מען האט אוועקגעכאפט פונעם שונא דעם באל ווען יענעם'ס קווארטערבעק האט דאס געווארפן, און דער אפענסיווער טיעם ווערט איצט דער דעפנסיווער טיעם זיך צו פארטיידיגן און קענען נישט אנצוען קיין פוינטס. און דער וואס האט געכאפט דעם באל ווערט איצט דער אפענסיווער טיעם און ער פרובירט אנצוהאלטן דעם באל און צוריקלויפן צום אנדערן ענד זאנע.
  • פאמבל - אז דער אפענסיווער טיעם האט פשוט ארויסגעלאזט דעם באל אינמיטן זיך שלאגן און לויפן און דער שונא כאפט דאס. דאן טוישט זיך אויך דער מצב און דער אנדערער טיעם ווערט די אפענסיווער.
  • אמפייער - די שופטים וואס פירן דעם געים, זיי האבן פייפערס און זענען געקליידעט שווארץ אויף ווייס און דרייען זיך אינעווייניג, צו באכטען און געבן שטראפן פאר ווער עס שפילט נישט לויט די געזעצן זיי ארויפצוריקן יארדס וואס מאכט זיי שווערער אנציציען פוינטס.
  • טיים אוט - אז איין טיעם בעט א אפריאונג.
  • פיעלד גאול - איז נאך 3 פוינסט בנוסף צום טאטשדאון וואס אויב מען ווארפט ארויף צום הימל דעם באל און עס פאלט אריבער א שטח פון 2 אייזערנע שטאנגן, זעה בילד, דאן האט מען נאך 3 פוינטס.
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא