אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון ישראל פאזען"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 11: שורה 11:
נאכן [[חורבן אייראפע|קריג]] האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין די אומגעגנט פון [[בודאפעשט]], און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין [[אמעריקע]] האט ער זיך באזעצט אין [[וויליאמסבורג]] און ער איז געווען דער [[ראש ישיבה]] פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.
נאכן [[חורבן אייראפע|קריג]] האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין די אומגעגנט פון [[בודאפעשט]], און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין [[אמעריקע]] האט ער זיך באזעצט אין [[וויליאמסבורג]] און ער איז געווען דער [[ראש ישיבה]] פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.


== רעפערענצן==
<references/>
[http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=7322&sid=e0d2aee2a586282ffa7ec1778c5397db&start=25 אשכול אין אייוועלט אויף אים.]
{{גרונטסארטיר:פאזען, שמעון ישראל}}
{{גרונטסארטיר:פאזען, שמעון ישראל}}



רעוויזיע ביי 03:13, 6 פֿעברואַר 2012

רבי שמעון ישראל פאזען איז געווען דער שאפראנער רב זכרונו לברכה.

זיין טאטע איז געווען הרב גרשון פאזען, א דיין און פראנקפורט דמיין פאר כמעט פופציג יאר. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון הרב שמשון רפאל הירש און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון "תורה עם דרך ארץ". ר' שמעון ישראל האט אין זיין יוגנט געלערנט אין א גימנאזיום אין דייטשלאנד, און שפעטער האט ער שטודירט אין היידעלבורג אוניווערזיטעט ווי ער האט באקומען א דאקטאראט אין פילוסופיא.

זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון אוהעל. ר' שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין אוקראינא ביי די ערשטע וועלט קריג אלץ טשפאלעין פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט חסידות און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זעהן ר' דוד'ל טווערסקי פון סקווירא.

ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן סקווערער רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם סקווערער שטעטל, ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזן - פון די נאמני ביתו פונעם סקווערער הויף, האט אויסגעפירט זיין צוואה, ווען ער איז נפטר געוואן אין דער נאכט פון שביעי של פסח, וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין שיכון סקווירא, און דארט איז מנוחתו כבוד.

ער איז געווען א יונגער תלמיד פונעם מנחת אלעזר פון מונקאטש, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן אויפן דרך פון קנאות, און דערפאר האט ער שטארק נוטה געווען צום סאטמארער רב זצ"ל, זייענדיג גענויגט צו זיין שיטה.

נאכן קריג האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין די אומגעגנט פון בודאפעשט, און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.

רעפערענצן

אשכול אין אייוועלט אויף אים.