אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון ישראל פאזען"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (r2.7.1) (באט צוגעלייגט: he:שמעון ישראל פוזן)
אין תקציר עריכה
<ref></ref>רבי '''שמעון ישראל פאזען''' איז געווען דער [[שאפראן|שאפראנער]] רב זכרונו לברכה.
 
זיין טאטע איז געווען הרב גרשון פאזען, א דיין און פראנקפורט דמיין פאר כמעט פופציג יאר. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון [[שמשון רפאל הירש|הרב שמשון רפאל הירש]] און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון [[תורה עם דרך ארץ|"תורה עם דרך ארץ"]]. ר' שמעון ישראל האט אין זיין יוגנט געלערנט אין א גימנאזיום אין דייטשלאנד, און שפעטער האט ער שטודירט אין [http://en.wikipedia.org/wiki/Heidelberg_University היידעלבורג אוניווערזיטעט] ווי ער האט באקומען א דאקטאראט אין פילוסופיא.
 
זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון אוהעל. ר' שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין אוקראינא ביי די ערשטע וועלט קריג אלץ טשפאלעין פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט [[חסידות]] און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זעהן ר' [[דוד טווערסקי פון סקווירא (א)|דוד'ל טווערסקי פון סקווירא]].
 
ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם [[שיכון סקווירא|סקווערער שטעטל]], ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזן - פון די נאמני ביתו פונעם סקווערער הויף, האט אויסגעפירט זיין [[צוואה]], ווען ער איז נפטר געוואן אין דער נאכט פון [[שביעי של פסח]], וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין [[שיכון סקווירא]], און דארט איז מנוחתו כבוד.
 
245

רעדאקטירונגען

נאוויגאציע מעניו