אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאריץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: he:קורץ
שורה 50: שורה 50:


[[en:Korets]]
[[en:Korets]]
[[he:קורץ]]
[[be-x-old:Корац]]
[[be-x-old:Корац]]
[[es:Korets]]
[[es:Korets]]

רעוויזיע ביי 22:43, 27 יוני 2011

קארעץ (שטעט)
Корець
מדינה / טעריטאָריע אוקראינה
קאָאָרדינאַטן 50°37′N 27°10′E / 50.617°N 27.167°E / 50.617; 27.167
שטח 6 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעט

8,446‏  (שטייענדיג 2001)
צײַט זאָנע UTC+2

קאָרעץ אוקראיניש :Корець; פויליש: Korzec) איז א שטאט אין אוקראינע און דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעפ קארעצער ראיאן (Корецкий район), ראוונער אבלאסט. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם קארטשיק טייך, 66 קילאמעטער מזרח פון ראוונער. אין 2001 האט די שטאט געהאט 8,446 איינוואוינער.

די שטאט איז געגרינדעט אין 1150. קארעץ האט געהערט צו דער אדעלער משפחה קארעצקי זייט דער צעטיילונג פון וואהלין.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט האט געוואוינט אין קארעץ של הרב פנחס שפירא, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד.

די ערשטע דרוקעריי געגרינדעט אין קארעץ איז געווען א דרוקעריי פאר יידישע ספרים. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1776 דורך הרב צבי הירש און זיין איידעם שמואל סגל. די דרוקעריי האט געארבעט ביז 1781 און האט געדרוקט 20 ספרים.

די שטאט האט געהאט א גרויסע יידישע געמיינדע. פאר דער חורבן אייראפע האבן געוואוינט אין קארעץ מער ווי 6,000 יידן. אין מיי 1942 האט מען אויפגעשטעלט א געטא אין דער שטאט. א טאג שפעטער האט מען געמערדעט צוויי טויזנט יידן אין קארעץ. אין סעפטעמבער 1942 האבן די נאציס ליקווידירט די געטא.

50°37′N 27°10′E / 50.617°N 27.167°E / 50.617; 27.167

וועבלינקען