אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה קוסעוויצקי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.1) (באט צוגעלייגט: fr:Moshe Koussevitzky
שורה 16: שורה 16:
[[en:Moshe Koussevitzky]]
[[en:Moshe Koussevitzky]]
[[he:משה קוסביצקי]]
[[he:משה קוסביצקי]]
[[fr:Moshe Koussevitzky]]
[[pl:Mosze Kusewicki]]
[[pl:Mosze Kusewicki]]

רעוויזיע ביי 22:28, 12 יוני 2011

משה קוסעוויצקי (ל' סיון ה'תרנ"ט - ז' אלול תשכ"ו) איז געווען איינע פון די ריזן פון חזנות.

משה איז געבוירן אין סמארגאן (היינט בעלארוס) ל' סיון ה'תרנ"ט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע, א פיאניסטקע און א טאכטער פון א חזן. משה'ס דריי ברידער – יעקב, דוד און שמחה – זענען אויך געווען באוואוסטע חזנים.

ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס חזן אין ווילנע און נאכהער איז ער געווארן חזן אין דער טלאמצקע שול אין ווארשע, פוילן, ביזן קריג. משה איז אנטלאפן קיין רוסלאנד מיט זיינע ברידער . נאכן קריג איז משה צוריק קיין פוילן ביז תש"ז ווען ער האט זיך געצויגן צו לאנדאן, ענגלאנד און דערנאך צו די פאראייניגטע שטאטן.

ער איז נפטר געווארן ז' אלול תשכ"ו און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות אין ירושלים.

וועבלינק