אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסעלע ראזנבלאט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
גרונטסארטירן
שורה 19: שורה 19:
ער איז נפטר געווארן נאכן זיך גיין באדן אין [[ים המלח]], און ער איז שוואך געווארן, נאכן ווערן געברענגט קיין [[ירושלים]], האט ער באקומען א בארואיגינגס איינשפריץ, און דערנאך איז ער אוועק, אין עלטער פון 51 יאר.
ער איז נפטר געווארן נאכן זיך גיין באדן אין [[ים המלח]], און ער איז שוואך געווארן, נאכן ווערן געברענגט קיין [[ירושלים]], האט ער באקומען א בארואיגינגס איינשפריץ, און דערנאך איז ער אוועק, אין עלטער פון 51 יאר.


{{גרונטסארטיר:ראזנבלאט, יאסעלע}}
[[קאטעגאריע:חזנים]]
[[קאטעגאריע:חזנים]]
[[קאטעגאריע:יידיש שפראך זינגערס]]
[[קאטעגאריע:יידיש שפראך זינגערס]]

רעוויזיע ביי 19:47, 12 פֿעברואַר 2011

יאסעלע ראזענבלאט (9טן מיי 1882 - 19טן יוני 1933) איז געווען דער בארימסטער חזן אין זיינער צייט, סיי ביי די אידישע וועלט און זאגאר ביי די ניט-אידישע וועלט אויך. און נאך היינט קלינגט די וועלט מיט זיין נאמען.

אפילו די וואס ציילן זיך ניט צווישן די חובבי חזנות, ווייסן פון אים צו זאגן און עהרן און ליבן זיינע ווערק.

יאסעלע איז געבוירן אין 1882 אין שווארצע טומאה, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער, א חזן און א סאדיגורער חסיד.

ער איז געווען א חזן אין עטליכע שטעט אין אייראפע, אין זיין יוגנט איז ער געווען א "וואנדערער", פארנדיק ארום אין די שטעט.

אנהייבנדיק זיין קאריערע אין מונקאטש, דעמאלט אין אונגארן, גלייך נאך זיין חתונה, אבער שפעטער האט ער פארלאזט די שטאט און אריבער קיין פרעשבורג.

אין יאר 1906 איז ער געווארן הויפט חזן אין האמבורג, א שטאט וואס זייער שווער געווען פאר יאסעלע, זייענדיק א ייד פון מזרח אייראפע און נישט געווען געוווינט צו די מנהגים פון דייטשלאנד.

אויפן 1טן יוני 1912, איז יאסעלע אנגעקומען קיין ניו יארק, דארט איז ער געווארן שטארק פאפולער, און האט פארגעשטעלט א גאנצע רייע קאנצערטן, און אויפטריטן, אויף די לענג און די ברייט פון די פאראייניקטע שטאטן און אייראפע. אויך האט ער רעקארדירט זיינע ניגונים אויף פאטיפאן.

ער האט אפגעזאגט עטליכע מאל צו אויפטרעטן אין אפערע, אבער אין טעאטער האט ער געזינגען. ער איז פארגעשלאגן געווארן דורך ווערנער ברודער, צו זיין אקטיאר אויפן ערשטע שטום-פילם, "דער דזשאז זינגער", אבער ער האט אפגעזאגט, מיטן טענה אז עס פאסט נישט פאר א מענטש וואס דאווענט פארן עמוד צו ערשיינען אויף אזעלכע פארוויילונגען, ער האט איינגעשטימט אבער צו זינגען ניגונים וואס זענען נישט פון דאווענען.

אין יאר 1933 איז ער געקומען קיין ארץ ישראל, ווי מען האט געמאכט א פילם, און ער זינגט ניגונים אויף ארץ ישראל, ווי מען זעט פארשיידענע פאנאראמעס.

ער איז נפטר געווארן נאכן זיך גיין באדן אין ים המלח, און ער איז שוואך געווארן, נאכן ווערן געברענגט קיין ירושלים, האט ער באקומען א בארואיגינגס איינשפריץ, און דערנאך איז ער אוועק, אין עלטער פון 51 יאר.