אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב לייזער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏ביאגראפיע: ]פאראכטן ביאגראפיע טעותים
בילד
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע: טעקע:Pshvorskryankele2211200477005.jpg|קליין|רבי יעקב לייזער פון פשעווארסק־אנטווערפן]]
הר"ר '''יעקב לייזער''' ([[ו' טבת]] [[ה'תרס"ו]] - [[כ"ז מרחשון]] [[ה'תשנ"ז]]) (אדער '''ר' יענקעלע''' וואו ער איז גערופען געווארן בלשון חיבה) איז געווען דער צווייטער [[פשעווארסק]]ער רבי אין [[אנטווערפן]].
הר"ר '''יעקב לייזער''' ([[ו' טבת]] [[ה'תרס"ו]] - [[כ"ז מרחשון]] [[ה'תשנ"ז]]) (אדער '''ר' יענקעלע''' ווי ער איז גערופן געווארן בלשון חיבה) איז געווען דער צווייטער [[פשעווארסק]]ער רבי אין [[אנטווערפן]].


== אפשטאם ==
== אפשטאם ==
ער איז געבוירען [[ו' טבת]] [[ה'תרס"ו]] צו ר' '''דוד יצחק''' און '''פעסל תרצה''', אין דאס דערפעל [[רויג]] וואס געפינט זיך נישט ווייט פון [[רימאנאוו]].
ר' יעקב איז געבוירן [[ו' טבת]] [[ה'תרס"ו]] צו ר' '''דוד יצחק''' און '''פעסל תרצה''', אין דעם דערפל [[רויג]] וואס געפינט זיך נישט ווייט פון [[רימאנאוו]], וועסט־[[גאליציע]] (היינט [[פוילן]]).


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==

רעוויזיע ביי 18:13, 8 יולי 2010

טעקע:טעקע:Pshvorskryankele2211200477005.jpg
רבי יעקב לייזער פון פשעווארסק־אנטווערפן

הר"ר יעקב לייזער (ו' טבת ה'תרס"ו - כ"ז מרחשון ה'תשנ"ז) (אדער ר' יענקעלע ווי ער איז גערופן געווארן בלשון חיבה) איז געווען דער צווייטער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן.

אפשטאם

ר' יעקב איז געבוירן ו' טבת ה'תרס"ו צו ר' דוד יצחק און פעסל תרצה, אין דעם דערפל רויג וואס געפינט זיך נישט ווייט פון רימאנאוו, וועסט־גאליציע (היינט פוילן).

ביאגראפיע

ר' דוד יצחק האט זיך געצויגען קיין יאשליסק וואו דארט האט ר' יענקעלע געלערענט ביי די ארטיגע רבנים וואו רבי אפרים דוד האלבערשטאם און נאך. אבער בעיקר איז ער געווען א תלמיד פון ר' חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב.

און יאר ה'תר"צ איז ער א חתן געווארן צו הרבנית אלטע בינא, די טאכטער פון ר' איציקל דער פשעווארסקער רבי, און האט חתונה געהאט 5 יאר שפעטער. נאכן חתונה איז ער געגאנגן וואוינען ביי זיין שווער.

אין די צווייטע וועלט מלחמה זענען זיי פארשיקט געווארן קיין סיביר. נאך די מלחמה זענען זיי צוריק געקומען קיין פוילן און ר' יענקעלע האט זיך באזעצט אין ברעסלוי וואו ער האט געדינט אלץ מנהיג, וואו ער האט געפסקענט שווערע שאלות פון נאך די מלחמה, מייסטענס שאלות עגונה. נאך איין אהאלב יאר איז ער געפארן וואוינען ביי זיין שווער קיין קראקע, און אום חנוכה ה'תש"ט האבן זיי זיך געצויגען קיין פאריז, און פון דארטן האבן זיי זיך אום כ' אדר א' ה'תשי"ז פלאצירט און אנטווערפן.

רבנות

אלץ בחור (ביז צו די חתונה) צווישען די יארן ה'תרצ"א - ה'תרצ"ו איז ער געווען רב אין יאשליסק. נאך דער פטירה פון זיין שווער ר' ר' איציקל אין יאר ה'תשל"ז, האט מען אים אויפגענומען אלץ ממלא מקום צו ווערן פשעווארסקער רבי.

הסתלקות

ר' יענקעלע איז נפטר געווארן ז"ך מרחשון. ער ליגט אין דעם בית החיים אין פיטע, האלאנד.

פאמיליע

ער האט געהאט דריי קינדער:

ספרים

  • י"ג אורות ב"כ, מעשיות פון פריערדיגע צדיקים (ח"א בית צאנז: צאנז שינאווא ועוד. ח"ב ליזענסק, ראפשיץ ועוד), ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקעל ר' יוסף נפתלי וואגשאהל.
  • כתבי קודש ג"כ, א ליקוט פון זיינע בריוון, ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקעל נפתלי אלימלך רייך.
פֿריערדיגער:
הרה"צ משה יצחק געווירצמאן זצוק"ל
אדמורי"ם פון פשעווארסק
תשל"ז - תשנ"ט
"י"ג אורות"
נאָכפֿאלגער:
כ"ק אדמו"ר רבי לייבוש מפשעווארסק שליט"א.