אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אויטאמאביל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: io:Automobilo
מ באט צוגעלייגט: jv:Montor
שורה 101: שורה 101:
[[it:Autovettura]]
[[it:Autovettura]]
[[ja:自動車]]
[[ja:自動車]]
[[jv:Montor]]
[[ka:ავტომობილი]]
[[ka:ავტომობილი]]
[[kn:ಮೋಟಾರು ವಾಹನ]]
[[kn:ಮೋಟಾರು ವಾಹನ]]

רעוויזיע ביי 23:19, 29 יאַנואַר 2010

טויאטא 2005 וואס פארט אויף היידראזשען
דער ערשטער אויטא וואס איז געפארן אויף בענזין

אױטאָמאָביל (ענגליש: Car) איז א קאסטן ארויפגעלייגט אויף 3 אדער 4 רעדלעך, קען פארן מיט'ן קראפט פון א ברענשטאף מאטאר. א קאר (פארקירצט פון קערידזש) איז דער בעסטער מיטל צו טראנספארטירן א קליינע צאל מענטשן, פון איין ארט צו דעם אנדערן, שנעל.

א געווענליכער קאר ארבעט דורך א 4 זעץ ברענשטאף מאטאר (four-stroke fuel engine), פון די וויכטיגסטע טיילן וואס מאכן דאס פארען זענען:

  • דער מאטאר.
  • די אפקילער סיסטעם (cooling system).
  • די עמישאן'ס סיסטעם.
  • די אלטינעטאר.
  • די טרענסמישאן.

היינט מאכט מען שוין הייבריד אויטאס וואס פארן אויך אויף די קראפט פון עלעקטריק

דער מאטאר

דער מאטאר פון א קאר ארבייט דורך דעם וואס עס איז דא א רינידיגע קעסטעל (סילינדער) ווי ברענשטאף קומט אריין וואס האט אין זיך אזא פלאנזשער (piston), די פיסטאן קען פארשטאפן אינגאנצן די סילינדער, אדער קען עס עפענען אינגאנצן די סילינדער.

די פיר זעצעס

די ערשטע זעץ איז ווען די פיסטאן גייט אויף ארויף אזוי אז די דרוק וואס דאס מאכט באשאפט א וועקיום אין די סילינדער, צוליב דעם וואס עס איז דא א לאך אונטען פון די סילינדער וואס איז באהאפטן צו די ברענשטאף אריינשפריצער וועט די וועקיום אריינשלעפן מיט זיך ברענשטאף.

די צווייטע זעץ איז ווען די סילינדער איז אנגעפולט מיט ברנשטאף און די פיסטאן גייט אראף אזוי אז עס לייגט שטארקע דרוק אויף די סילינדער און די ברענשטאף ווערט צוזאמען געפרעסט (pressurized).

די דריטע זעץ איז ווען די פינק שטעקער (spark plug) וואס געפינט זיך אונטען פון די סילינדער גיבט ארויס א פינק, וואס דאס צינדט אהן די ברענשטאף און דורכדעם רייסט דאס אויף אזוי אז די פיסטאן פליהט ארויף מיט א געוואלדיגע קראפט.

די פערטע זעץ איז ווען די פיסטאן גייט צוריק אראפ און שטיפט ארויס אלע פארברענטע לופט פון די סילינדער, ווי אויך די איבריגע ברענשטאף אויב עס איז עפעס איבערגעבליבן, און פאנגט אהן נאכאמאל פון די ערשטע זעץ.

די דאך פון די פיסטאן איז באהאפטן צו א ראד וואס היידט די פיסטאן ראד (piston rod), די ראד איז באהאפטן צו די עק פון א רעדל וואס אינמיטן די רעדל איז דא א לאנגע ראד וואס ביי די עק ראד איז דא א ציינערדיגער רעדל וואס גייט צו די טרענסמישאן וואס פון דארט דרייט דאס די רעדער פון די קאר. און אזוי קען די קאר פארן.

דאס פליענדיגע רעדל

פון די אלע 4 זעצן גיבט נאר די דריטע די קראפט פאר דעם מאטאר, כדי דער מאטאר זאל באלאנסירן די קראפט אזוי אז די פיסטאן זאל קענען אדורך מאכן אלע זעצעס, איז באהאפטן א פליענדיגע רעדל ביי די עק פון די ראד. די פליענדיגער רעדל איז א רעדל וואס וועגט גאנץ אסאך און וויבאלד ניוטאן לאו אוו מאשען זאגט אז איעדע זאך וויל בלייבן אין די סיטואציע וואס עס איז, און עס איז א שווערע זאך, און עס איז נישט דא וואס זאל דאס אפשטעלן פון זיך דרייען, דערפאר גיבט דאס די קראפט פאר די ראד זיך צו דרייען און אריינשטיפן און ארויפשלעפן די פיסטאן נאך דריי מאל.

דאס אלעס צוזאמען שטעלן

א געווענליכער קאר וועט האבן א מאטאר פון כאטש 4 סילינדערס, דאס גיבט אסאך מער קראפט אויף איינמאל, ווען עס איז דא מער ווי איין סילינדער דאן איז דא צוויי וועגן פון אויסשטעלן דעם מאטאר.

  • איין וועג איז אז אלע סילינדערס ארבעטן אין די זעלבע זעץ ציילונג, אזוי אז ווען פיסטאן 1 איז יעצט ביי די צווייטע זעץ זענען אלע אנדערע פיסטאן'ס אויך ביי די צווייטע זעץ.
  • די צווייטע וועג איז אז מען ציטיילט דאס (געווענליך אין 2) אזוי אז ווען פיסטאן 1 און 3 זענען ביי די ערשטע זעץ, זענען פיסטאן 2 און 4 ביי די דריטע זעץ.

סיי וועלכע וועג מען ניצט גיבט די איבריגע סילינדערס מער קראפט פאר די קאר.

די אלע סילינדערס, ראד, און רעדער, זענען געווענליך צוזאמען געשטעלט אין א שווערע אייזערנע קעסטינג (CASTING), געמאכט פון אייזען וואס קען אויסהאלט הויכע טעמפארטור. און פין די אייזערנע קעסטינג קומט ארויס רעדער צו וואס די עיקר פאסיג איז צוגעטשעפעט וואס דרייט אסאך זאכן אין די קאר, צווישן זיי:

  • די אפקילער פען.
  • די אלטינעיטאר.
  • די דרייען קראפט פאמפ (power-steering pump).

די אפקילער סיסטעם

די עמישאן סיסטעם

די אלטינעטאר

די טראנסמיסיע

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא