אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריה לייביש ליפשיץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Arie.jpg|קליין|225px|מצבה פון אריה דבי עילאי]]
'''רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ"ל''', ([[ה'תקכ"ז]] - [[י"ז טבת]] [[ה'תר"ו]]), רב אין [[ווישניצא]], דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.
'''רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ"ל''', ([[ה'תקכ"ז]] - [[י"ז טבת]] [[ה'תר"ו]]), רב אין [[ווישניצא]], דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.



רעוויזיע ביי 13:05, 8 יאַנואַר 2010

מצבה פון אריה דבי עילאי

רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ"ל, (ה'תקכ"ז - י"ז טבת ה'תר"ו), רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.

אפשטאם

רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר ה'תקכ"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב חיים ליפשיץ, אן אייניקל פון הרב נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות.

רבנות

אין יאר ה'תר"ס איז רבי לייביש געווארן רב אין קרעשוב, נאכהער אין בילגוריי, אין יאר ה'תקס"ח ווען זיין שווער דער ישמח משה איז געווארן רב אין אוהעל האט רבי לייביש איבער גענומען דאס רבנות אין שינאווא, אין יאר ה'תק"ץ איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן רב אין ווישניצא און אירע אומגעגנט (אריין רעכענדיג בריגעל און באכניא). חול המועד סוכות ה'תקצ"ח איז רבי לייביש פארטריבען געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.

הסתלקות

רבי לייביש איז נפטר געווארן י"ז טבת ה'תר"ו אין בריגעל

פאמיליע

רבי לייביש האט געהייראט בזיווג שני מרת חנה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. זיינע קינדער:

  • הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ (ה'תקנ"ה (אומגעפער) - כ"ג תשרי ה'תר"י), רב אין יאנוב, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף קעזוס, רב אין יאנוב און חעלם. זייערע קינדער:
    • הרב ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער:
    • הרב יוסף זכריה מנחם ליפשיץ, רב אין סליפיא.
    • הרב משה ליפשיץ פון יאנוב.
  • הרב אהרן זעליג ליפשיץ (ה'תק"ס (אומגעפער) - כ' סיון ה'תרל"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא. ער האט געהייראט מרת הינדא [3] א טאכטער פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא
    • הרב שמואל יוסף ליפשיץ, פון ראדאמישל.
    • הרב נתן נטע דוב ליפשיץ, פון וויעלעפאלי.
    • הרב צבי יונה ליפשיץ, פון ווישניצא.
    • מרת רעכיל, די ווייב פון הרב אפרים פון ראדישיץ
    • מרת שרה טאבא, די ווייב פון הרב משה קראקאווער.
    • מרת רחמה, די ווייב פון הרב דוד וועבער.
    • מרת קיילא, בזיווג שני די ווייב פון הרב יהודה פון דעמביץ.
    • מרת חיה לאה בזיווג ראשון די ווייב פון הרב פייוויש היילפרין פון ברעזאן. בזיווג שני די ווייב פון הרב שמחה באכנער
  • מרת צירל טילא [4], די ווייב פון הרב צבי הירש הכהן גלאנץ רב אין קערעסטיר, שפעטער אין שינאווא.
  • די ווייב פון הרב מרדכי זילבערשטיין, רב אין האלאשיץ (דער שווער פון שינאווער רב בזיווג שני).

זיינע ספרים

  • שו"ת אריה דבי עילאי
  • ארי שבחבורה - על מסכת כתובות
  • חדושי אריה דבי עילאי - על מסכת קידושין, יומא, מנחות, קנים, נדה
  • עטרת זקנים - כללי הש"ס
  • קונטרס אריה דבי עילאי - הלכות פסח

רעפערענצן

  • ארי שבחבורה - תולדות המחבר
  • שו"ת אריה דבי עילאי - דברים אחדים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג.
  2. לויט א.ל.ג. איז זי געווען אן אייניקל פון רבי מאיר א טאכטער פון רבי אליעזר
  3. א טאכטער פון א. ל. ג. רב אין טארניגראד
  4. ארי שבחבורה