אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי צבי הורוויץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 49: שורה 49:
[[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]]
[[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]]


[[en:Naftali Zvi of Ropshitz]]
[[he:נפתלי צבי הורוביץ]]
[[he:נפתלי צבי הורוביץ]]
[[de:Naftali von Ropschütz]]
[[pl:Naftali z Ropczyc]]

רעוויזיע ביי 09:03, 17 נאָוועמבער 2009

רבי נפתלי צבי הורוויץ זצ"ל (ו' סיון ה'תק"ך - י"א אייר ה'תקפ"ז) איז געווען דער רב אין ראפשיץ, וועסט גאליציע.

אפשטאם

רבי נפתלי איז געבוירן אין בראד[1] יום טוב שבועות, ו' סיון ה'תק"ך, דעם טאג וואס דער בעל שם טוב איז אוועק, בגדר "ובא השמש וזרח השמש"[2], צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין[3] , רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב, רבי נפתלי האט אמאהל געזאגט פאר זיינע קינדער, הארעוועטס וועט עטץ האבן).

זיינע רבי'ס

רבי נפתלי האט געלערנט[4] ביי זיין פעטער רבי משולם איגרא אין בראד, צוזאמען מיט רבי מרדכי בנעט רב אין ניקולשבורג, און הרב יעקב לינדענבוים רב אין ליסא דער חוות דעת. רבי משולם האט זיך אמאהל אויסגעדריקט, "יענקעלע (דער חוות דעת) פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, נפתלטשי, פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מעך יא".

צו די בר מצוה האט רבי נפתלי'ס פאטער אים געפירט צו רבי אלימלך פון ליזשענסק באקאנט אלס "דער נועם אלימלך". (אנדערע זאגען אז דאס איז געווען ביים זלאטשאווער מגיד). פון די פינפצען יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' אלימלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב מרדכי פון נעשכיז, אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב אברהם יהושע העשל און ביים הייליגן רוזינער. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאהל פון "עשה לך רב". געלערנט האט ער ביים קאזשניצער מגיד און ביי רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו, אבער זיין הויפט רבי איז געווען חוזה פון לובלין.

רבנות

אויף די המלצה פון רבי נפתלי'ס רבי מענדעלע פון רימאנאוו האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין ראפשיץ, שפעטער איז ער אויך געווארן רב איינמאהל א וואך אין לינסק, סטריזשעוו און קרייז סאניק

הסתלקות

רבי נפתלי איז נפטר געווארן אויף דעם וועג קיין לאנצהוט, י"א אייר ה'תקפ"ז, אין ליגט אין לאנצהוט

פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי נפתלי געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון הרב וועלוועל סטאקער פון די בראדער עשירים, אבער איר געפירעכץ איז אים נישט געפאלען, אויף דעם באראטונג פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו האט ער זי ג'גט. נאכהער איז רבי נפתלי געזעצען אין זלאטשאוו, זיין רבי דער זלאטשאווער מגיד האט אים אנגעטראגען א שידוך מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער א וויין הענדלער פון דוקלא, נאך וואס ער האט איר געהייראט בזיווג שני איז ער געפארן קיין דוקלא, דארט האט ער זיך באשעפטיגט מיט בדחנות און שדכנות. זייערע קינדער:

(איבער דעם ארדער פון די קינדער איז פארהאן פארשידענע מיינונגן, זעה ספר זרעא קדישא עמוד צג הערה א')


זיינע ספרים

  • זרע קודש
  • אילה שלוחה
  • אמרי שפר
  • אהל נפתלי

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא עמוד ע"ה - זעה דארט הערה א' פארשידענע אנדערע מיינונגן
  2. שיחתן של עבדי אבות
  3. זרעא קדישא עמוד ט' - זעה דארט הערה א'
  4. א.ל.ג. שרייבט אז ער האט געלערנט ביי זיין זיידן רבי איציקל, אבער דאס שטימט נישט, רבי איציקל איז אוועק ה'תקכ"ז ווען רבי נפתלי איז קוים געווען זיבן יאר