אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 23: שורה 23:
אפילו פין די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן עם האבען געהאלטען אז ער שרייבט אסאך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויטן דורך התורה, אין אז ער איז פארפארען דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט די ריכטיגע וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלקי, אין אז מ'דארף דאס מעלה זיין.
אפילו פין די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן עם האבען געהאלטען אז ער שרייבט אסאך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויטן דורך התורה, אין אז ער איז פארפארען דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט די ריכטיגע וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלקי, אין אז מ'דארף דאס מעלה זיין.


א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבען אסאך רבנים פין אונגארין, אין א טייל רבנים פין ליטא געהאלטען מיט די קנאים פין ירושלים. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.




דער מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפ'ן שיף פארנדיג צוריק קיין אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף די נושא.
דער מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפ'ן שיף פארנדיג צוריק קיין אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף די נושא.

רעוויזיע ביי 19:16, 6 נאָוועמבער 2009

הרב אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען דער ערשטער הויפט רב (רב הראשי) פון די אשכנזים אין ירושלים אין דער תקופה פון דעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל.

ביאגראפיע

הרב קוק איז געבוירן אין לעטלאנד אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער וואלאזשינער ישיבה און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם נצי"ב. אין יאר תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון פאנאוויזשער רב רבי אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים דער בעל ה"אדרת". ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין ליטא,

אלס בחור נאן אין ישיבה האט ער זיך אנגעלייענט מיט משכיל'שע ביכער, און נאך דער חתונה, רבינו חיים מבריסק האט דאן ארומגעשיקט צו אלע שטעט אז מען זאל אים נישט אויפנעמען אלס רב, דערזענדיג זיך אן קיין עתיד, איז ער געפארן קיין לאנדאן. וואו ער האט זיך באקענט מיט די ראשי הציונים, זיי האבן אין אים געטראפן א איש כלבבם, און אים געשיקט אויף יפו, מיט די אויגן אויף ירושלים ווען די צייט וועט רייף ווערן.

און אין תרס"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם ערשטן וועלט קריג (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין אייראפע. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון רב הראשי לעדת אשכנזים וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן רב מטעם. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ישיבת מרכז הרב אין ירושלים.

הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די רבנים און גאונים פון ירושלים, ווי רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי יצחק ירוחם דיסקין. שפעטער זענען א טייל פון די געווארן זיינע שארפע קעגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארן אנגעהאלטן נאנטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורי"ם פון ארץ ישראל און אייראפע, ווי צ.ב.ש. דער אדמו"ר בעל אמרי אמת פון גער, דער אדמו"ר ר' מרדכי יוסף ליינער פון ראדזין, אדמו"ר ר' ישראל פרידמאן פון טשארטקאוו, בענדינער רב ר' חנוך צבי הכהן לעווין, און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות.

הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען דגל ירושלים וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלט'ס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיט'ן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל.

רב קוק האט געזען אין דעם צוריק-קער קיין ארץ ישראל א געשעעניש פון אויסערגעווענליכער היסטרישער און טעאלאגישער מערקווירדיגקייט. ער האט פיל געארבעט מקרב צו זיין אידן צו תורה און שמירת המצוות. ער פלעגט זאגן אויפ'ן מאמר חז"ל "שמאל דוחה וימין מקרבת", אז עס זענען שוין דא גענוג וואס זענען דוחה און זיין פליכט איז צו טון דאס התקרבות.

קאנטראווערסיע

א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויט'ן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען קול שופר. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפע בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער חתימה פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי יצחק ירוחם דיסקין.

אפילו פין די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן עם האבען געהאלטען אז ער שרייבט אסאך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויטן דורך התורה, אין אז ער איז פארפארען דורך אפטייטשן ענינים אין קבלה נישט די ריכטיגע וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלקי, אין אז מ'דארף דאס מעלה זיין.

א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבען אסאך רבנים פין אונגארין, אין א טייל רבנים פין ליטא געהאלטען מיט די קנאים פין ירושלים. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' שמואל סאלאנט), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.


דער מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל אמרי אמת פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפ'ן שיף פארנדיג צוריק קיין אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף די נושא.

"רב קוק", האט דער גערער רבי געשריבן, "איז א מאן מיט פיל-פאכיגע טאלאנטן אין תורה און אין נאבעלע מדות, און איז א שונא בצע. זיין ליבשאפט צו ציון פליסט איבער די גרענעצן און דאס ברענגט אים צו 'מטהר זיין טמאים און ברענגען אויף דעם ראיות', וואס דערמאנט פון דעם תנא ר' מאיר וואס חז"ל האבן אויף אים געזאגט אז ער איז געווען א יחיד בדורו און דעריבער איז די הלכה נישט ווי אים."

דער אמרי אמת שרייבט ווייטער אז די כוונה פון רב קוק איז עהרליך און לשם שמים. אבער וויבאלד עס קומט ארויס פון געוויסע אויסצוגן א חילול שם שמים האט רב קוק אים געגעבן אן אינטערגעשריבענער כתב אז ער איז מבטל די אלע זאכן וואס האבן דערצו גורם געווען. ער שרייבט ווייטער אז ער האט דערנאך גערעדט מיט מיט הרב זאנענפעלד און הרב דיסקין, און זיי האבן מסכים געווען צו חתמ'ען אז זיי זענען מבטל דעם "קול שופר" מיט די חרמים און די פילע באליידיגונגען. דערצו האבן די רבנים צוגעגעבן אז די בריוו'ן און חרמים זענען געדריקט געווארן דורך קנאים שלא בידיעתם, אבער זיי האבן אויף דעם נישט פראטעסטירט ווילאנג די אויסצוגן בלייבן אין דעם ספר.

די קנאים האבן שפעטער גע'טענה'ט אז דער כתב פון רב קוק איז נישט גענוג, און דער בריוו מצד די קנאים מבטל צו זיין דעם "קול שופר" איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

זיין פטירה

וויאזוי די ניו יארק טיימס האט דאן געדעקט די טראגישע פטירה.

ספרים

  • אורות
  • אורות הקודש
  • אורות התורה
  • אורות מאופל
  • אורות התשובה
  • אור של גאולה
  • איגרות הראי"ה
  • עין אי"ה
  • מדבר שור
  • שבת הארץ
  • ראש מילין
  • דעת כהן
  • חבש פאר
  • סידור עולת ראיה

דרויסנדע לינקס

  • הרב קוק'ס וויזיע שיטה און לעבן. ביאגראפעיע פון ווידיאו קליפס פון זיינע תלמידים. ערוץ 7
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא