אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה קאניג"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 22: שורה 22:
[[קאטעגאריע:רעגירונג]]
[[קאטעגאריע:רעגירונג]]
[[קאטעגאריע:משמרת הצניעות]]
[[קאטעגאריע:משמרת הצניעות]]
[[קאַטעגאָריע:וויז'ניץ]]

רעוויזיע ביי 11:45, 24 אַפּריל 2006

ר' שלמה קאניג נ"י, א חשובער מאנסי-וויזניץ אינגערמאן וואס דינט אין די ראקלענד קאונטי שעריפ'ס טעסק פארס ספעציל אפצוהאלטן און אומשעדליך מאכן נאכצוגיין קראנקע מנובלים וואס רודף'ן קינדער און פרויען רח"ל אויף אינטערנעט און אין מקוה אדער אנדערע טונקעלע אופנים.

ער איז אויך דער סגן ראש העיר פון כתר וויליזש. און איר הויפט שתדלן און פאליטישאן פאר וויזניץ מאנסי חסידות.

ער איז א מייסטער אינוועסטיגעטער פון פאך אויס. געוויינליך פאלן נאר אריין די תמימים אין זיין נעץ, ווייל די פראפיסאנאלע קרימינאלן ווייסן זיך נישט צו שרעקן פון זיינע סטראשן מעכענאקאציעס. ער גייט געוויינליך צו צום באטרעפענדן מיט א "בעזש" פון סטעיט פאליציי, אזוי אז יענער מיינט אז ער קומט פון רעגירונג אויס, דערווייל האבן אים געשיקט אפאר רבנים'לעך פון משמרת הצניעות, זיין ארבייט איז נישט צו שלאגן אדער קיין שום געווואלדאטען, ער דארף נאר פארשן וואס גייט פאר און אויסטרעפן ווער עס זענען די ריכטיגע באשולדיגטע, דערנאך געבט ער דאס איבער פאר די עסקנים זאלן יענעם אומשעדליך מאכן.

זיין הויפט מיטל איז דערשרעקן און דערשרעקן, קודם גייט ער נאך יעדעס טריט פונעם באטרעפענדן, ער פארט יענעם נאך אפאר טאג, ביז ער זאמעלט זיך אן גענוג אינפארמאציע אויף דעם באטרעפענדן, דערנאך פארכאפט ער יענעם אויף א לאנגע צייט, און הייבט אים אן צו האמערן אז ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט און וויאזוי ער לעבט, און הייבט אן צו ווארפן אביסל פון זיין אנגעזאמלטע שפיאנאזש. דערנאך זאגט ער פארן באטרעפענדן אז ער איז א פאליציי, וואס ער איז טאקע און וועט גארנישט טאן געוואלדאטען ווייל ער טאר נישט, אבער ער קען אפהאלטן די פאליציי פון ארעסטירן יענעם, דער באטרעפענדער איז נעבעך א תמים און כאפט נישט אז אן זיין הודעה קען באמת גארנישט פאסירן, אבער ער זעהט דא אין פארענט פון זיך א חסידישער עלטערער אינגערמאן וואס רעדט סיי אין נאמען פון די רבנים און סיי פון געזעץ טראכט ער מסתם האט ער עפעס יא געטאן אן עוולה און עבירה און הייבט אן זיך צו באשולדיגן אויף עבירות וואס זענען נישט קיין עבירות.

דערנאך גייט ער צוריק צו זיינע משלחים און מ'אפדעיט די פייל אויפן באטרעפענדן מיט אלע הודעות און ווידיום וואס דער באשולדיגטער האט זיך באשולדיגט.

דערויסענדע לינקן

  • דא האט איר איינעם וואס ער האט ארעסטירט פאר צענדליגע יארן פארן פארשפרייטן אויפן אינטערנעט מינדעריעריגע אביוז. [1]
  • דא איז דער "זשורנאל" באריכט וועגן זיין ארבייט. [2]
  • דא איז דער "טיימס" באריכט איבער זיין כללית'דיגער דינען אין די פאליס דעפארטמענט, אלס דער איינציגער חסידישער אינגערמאן איבער די גארער וועלט וואס גייט יוניפארם מיט בארד און לאנגע פיאות.

[3]