אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יונתן שטייף"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9: שורה 9:


זיין טאכטער אסתר האט חתונה געהאט מיט אהרן בלייער, וואס האט דערלעבט די מלחמה אין א [[קאצעט]]. אסתר אליין און אירע צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט איר פאטער. אין יאר ה'תש"י איז געבוירן צו אהרן און אסתר נאך א זון.
זיין טאכטער אסתר האט חתונה געהאט מיט אהרן בלייער, וואס האט דערלעבט די מלחמה אין א [[קאצעט]]. אסתר אליין און אירע צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט איר פאטער. אין יאר ה'תש"י איז געבוירן צו אהרן און אסתר נאך א זון.

== אונגוואר ==
אין יאר [[תרע"ב]] און א [[זונטאג]] ט"ז [[טבת]] איז ער ערוויילט געווארן אלס [[דיין]] אין [[אונגוואר]] ווי ער האט געדינט ביז ???


== בודאפעסט ==
== בודאפעסט ==

רעוויזיע ביי 18:18, 30 אויגוסט 2009

הרב יונתן שטייף (ה'תרל"ז - ט' אלול. ה'תשי"ח) איז געווען א דיין אין בודאפעסט, אונגארן פאר דער צווייטער וועלט קריג און א וועלט-בארימטער פוסק.

הרב משה פיינשטיין האט אים גערופן דער „גדול הדור".

משפחה

זיין ווייב האט געהייסן בלומא. זיי האבן געהאט צוויי קינדער, א זון צבי יהודה און א טאכטער אסתר.

צבי יהודה איז אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע מיט זיין זון אהרן ווען זיי האבן געפרווט צו אנטלויפן פון די נאציס ימ"ש. זיין ווייב חי' בריינדל מיט נאך צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט הרב יונתן.

זיין טאכטער אסתר האט חתונה געהאט מיט אהרן בלייער, וואס האט דערלעבט די מלחמה אין א קאצעט. אסתר אליין און אירע צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט איר פאטער. אין יאר ה'תש"י איז געבוירן צו אהרן און אסתר נאך א זון.

אונגוואר

אין יאר תרע"ב און א זונטאג ט"ז טבת איז ער ערוויילט געווארן אלס דיין אין אונגוואר ווי ער האט געדינט ביז ???

בודאפעסט

אין בודאפעסט איז ער געווען דיין צוזאמען מיט הרב ישראל וועלטש. דער ראב"ד איז געווען הרב אפרים פישל זוסמאן סופר. (דער לעצטער בודאפעסטער רב איז געווען הרב קאפל רייך, וואס איז נפטר געווארן ה'תרפ"ט.)

צווייטע וועלט קריג

רב יונתן שטייף איז ניצול געווארן פון דעם חורבן אייראפע דורך דעם זאנדער טראנספארט וואס איז צושטאן געקומען צוליב אן אפמאך צווישן רודאלף קאסטנער, או אונגארישער ציוניסט, און אדאלף אייכמאן. ער איז געפארן אויף א באזונדערער באן קיין דער נייטראלער שווייץ צוזאמען מיט אנדערע קריג איבערלעבר, וואס איז געווארן אפגעהאלטן אין בערגען בעלזען אויף א האלבע יאר (צוליב דעם וואס דער ארכי-מערדער אדאלף היטלער ימ"ש האט געהאלטן אין איין פארלאנגען נאך און נאך זאכן, און דארט איז ער געווען צוזאמען מיט מערער גדולים צווישן זיי דער סאטמארער רבי, דער דעברעצינער רב און אדאלף דויטש (דער פירער פון אגודת ישראל אין בודאפעסט), אבער ווען עס איז געקומען צו פארן איז ער געווען אויף די ערשטע באן (עס זענען געווען דריי באנען די צווייטע דערפון איז געווען די באקאנטע באן [וואס האט אנטהאלטן די מערסטע צאל פערזאן] וואס איז אריבער דעם גרעניץ אום כ"א כסלו תש"ה, און די ערשטע איז שוין געפארן מיט ארום 300 פערזאנען אום אלול תש"ד) וואס איז אריבער דעם גרעניץ אום אלול תש"ד, ווידעראום די אנדערע צווישן זיי מרן יואל טייטלבוים אבד"ק סאטמאר זענען ערשט ארויסגעפארן מיט דעם צווייטן טראנספארט אום כ"א כסלו דעם קומענדיגן יאר.

אמעריקע

נאך דער קריג האט ער געוואנדערט קיין אמעריקע ווו די ווינער שול „קהל עדת יראים" האט אים ממנה געווען אלס רב (וועגן דעם איז ער באקאנט אלס „ווינער רב"). די ווינער שול, אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, איז געגרינדעט געווארן פון חרדישע פליטים פון די שטאט ווין וואס האבן באזעצט אין ניו יארק.

ער איז נפטר געווארן אום ט' אלול ה'תשי"ח.

אלס פוסק

ער איז געווען פון די גרעסטע פוסקים און האט געשריבן שו"ת (שו"ת מהר"י שטייף). ער האט אויך ארויסגעגעבן ספרים אויף ש"ס(חדשים גם ישנים),ספרים על התורה (חומש לימודי השם) און צוויי ספרים וועגן די שבע מצוות בני נח, איינער פון זיי הייסט „ספר מצוות ד' ".