אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב דוד קאליש"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24: שורה 24:
* הרב '''ירמיה קאליש''', דער [[אפאלע]]ר רבי
* הרב '''ירמיה קאליש''', דער [[אפאלע]]ר רבי


== זעט אויך ==

* [[אמשינאוו (הויף)]]

== רעפרענצען ==

<references/>


[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם|קאליש, יעקב דוד]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם|קאליש, יעקב דוד]]

רעוויזיע ביי 23:00, 26 אויגוסט 2009

רבי יעקב דוד קאליש זצ"ל (ה'תקע"ד - ד' כסליו ה'תרל"ח) דער ערשטער אמשינאווער רבי.

אפשטאם

רבי יעקב דוד איז געבוירן אין זשאריק אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל יצחק קאליש רבי אין ווארקא, באקאנט אלס "רבי איציקל ווארקער". און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק.

רבנות

רבי יעקב דוד איז געווען רב אין גער, נאכהער איז ער געווארן רב אין אמשינאוו. אין יאר ה'תר"ט, נאך דער פטירה פון הרב שרגא פייוול דאנציגער פון גריצא, דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דער אלטער ווארקער רבי'ן, האט רבי יעקב דוד אנגעהויבן צו פירן זיין רביסטעווע אין אמשינאוו.

הסתלקות

רבי יעקב דוד איז נפטר געווארן ד' כסליו ה'תרל"ח

פאמיליע

אין יאר ה'תקצ"ו האט רבי יעקב דוד געהייראט מרת שרה לאה , א טאכטער פון הרב שלמה צוקערניק פון פארצעוו. זייערע קינדער:

  • מרת חיה פייגא, די ווייב פון הרב ירחמיאל יהודה מאיר ראבינאוויטש.

נאך דער פטירה פון זיין ערשטען זיווג אין יאר ה'תרי"ח, האט רבי יעקב דוד געהייראט בזיווג שני מרת חיה, א טאכטער פון הרב יעקב פון זארנאווצע. זייערע קינדער:

זעט אויך

רעפרענצען